1
יוחנן 30:19
דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
און ווען יהושע/ישוע האט גענומען דעם עסיק, האט ער געזאגט: עס איז געענדיקט, און האט גענייגט דעם קאפ און אויפגעגעבן די נשמה.
Compare
Explore יוחנן 19:30
2
יוחנן 28:19
נאך דעם, אזויווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז אלץ האט זיך שוין געענדיקט, כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן, זאגט ער: איך בין דארשטיק!
Explore יוחנן 19:28
3
יוחנן 26:19-27
און ווען יהושע/ישוע האט געזען זיין מוטער און דעם תלמיד, וועלכן ער האט ליב געהאט, שטיין דערנעבן, זאגט ער צו דער מוטער: אשה, זע, דיין זון! דערנאך זאגט ער צו דעם תלמיד: זע, דיין מוטער! און פון יענער שעה האט יענער תלמיד זי גענומען צו זיך.
Explore יוחנן 19:26-27
4
יוחנן 33:19-34
קומענדיק אבער צו יהושען/ישוען, ווי זיי האבן געזען, אז ער איז שוין געשטארבן, האבן זיי אים נישט צעבראכן די ביינער. נאר איינער פון די זעלנער האט אים דורכגעשטאכן די זייט מיט א שפיז; און גלייך איז ארויסגעקומען בלוט און וואסער.
Explore יוחנן 19:33-34
5
יוחנן 36:19-37
ווארום דאס איז געשען, כדי דער פסוק זאל דערפילט ווערן: קיין ביין זאלט איר אים נישט צעברעכן. (שמות יב, מו.) און ווידער אן אנדערער פסוק זאגט: זיי וועלן קוקן אויף אים, וועמען זיי האבן דורכגעשטאכן. (זכריה יב, י.)
Explore יוחנן 19:36-37
6
יוחנן 17:19
און טראגנדיק אליין זיין בוים, איז ער ארויסגעגאנגען צו אן ארט, וואס הייסט דאס ארט פון א שארבן, אויף לשון קודש הייסט עס גלגלתא
Explore יוחנן 19:17
7
יוחנן 2:19
און די זעלנער האבן געפלאכטן א קרוין פון דערנער, און זי ארויפגעזעצט אויף זיין קאפ, און האבן אים אנגעטאן א פורפור מלבוש.
Explore יוחנן 19:2
Home
Bible
Plans
Videos