ווארום ווער פון אייך, וועלנדיק בויען א טורם, וועט זיך נישט קודם כל אנידערזעצן און בארעכענען די קאסטן, צי ער האט צו פארענדיקן? כדי טאמער, ווען ער וועט האבן געלייגט דעם פונדאמענט און נישט קענענדיק פארענדיקן, וועלן אלע, וואס זען עס, אנהויבן צו שפאטן פון אים, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש האט אנגעהויבן בויען, און נישט געקענט פארענדיקן!