און עס וועלן זיין סימנים אין דער זון און לבנה און שטערנס; און אויף דער ערד אנגסט אויף פעלקער; און זיי וועלן נישט וויסן קיין עצה זיך צו געבן, מחמת דעם ברויזן פון ים און די כוואליעס; און מענטשן וועלן אויסגיין פאר מורא און דערווארטונג פון דעם, וואס דארף קומען אויף דער וועלט; ווארום די כוחות פון הימל וועלן דערשיטערט ווערן. און דעמאלט וועלן זיי זען דעם בר אנש קומען אויף א וואלקן מיט מאכט און פיל הערלעכקייט. (דניאל ז, יג-יד.)