1
מארקוס 36:14
דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
און האט געזאגט: אבא, פאטער, אלץ איז מעגלעך פאר דיר; נעם פון מיר אוועק דעם דאזיקן בעכער! דאך נישט וואס איך וויל, נאר וואס דו ווילסט.
Compare
Explore מארקוס 14:36
2
מארקוס 38:14
וואכט און טוט תפילה, כדי איר זאלט נישט קומען צו קיין נסיון; דער גייסט איז טאקע וויליק, דאס פלייש איז אבער שוואך!
Explore מארקוס 14:38
3
מארקוס 9:14
און באמת זאג איך אייך: וואו נאר די גוטע בשורה וועט אנגעזאגט ווערן אין דער גאנצער וועלט, וועט אויך דערציילט ווערן, וואס זי האט געטאן, לזכר פון איר.
Explore מארקוס 14:9
4
מארקוס 34:14
און ער זאגט צו זיי: מיין נפש איז זייער באטריבט, ביז צום טויט; בלייבט דא, און וואכט!
Explore מארקוס 14:34
5
מארקוס 22:14
און בשעת זיי האבן געגעסן, האט ער גענומען ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן, און געגעבן צו זיי, און געזאגט: נעמט; דאס דאזיקע איז מיין גוף.
Explore מארקוס 14:22
6
מארקוס 23:14-24
און ער האט גענומען א כוס, האט געמאכט א ברכה, און געגעבן צו זיי; און זיי האבן אלע געטרונקען דערפון. און ער האט צו זיי געזאגט: דאס דאזיקע איז מיין בלוט פון דעם נייעם בונד, וואס ווערט פארגאסן פאר פילע.
Explore מארקוס 14:23-24
7
מארקוס 27:14
און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: אלע וועט איר געשטרויכלט ווערן; ווייל עס שטייט געשריבן: איך וועל שלאגן דעם פאסטוך, און די שאף וועלן צעשפרייט ווערן. (זכריה יג, ז.)
Explore מארקוס 14:27
8
מארקוס 42:14
שטייט אויף, לאמיר גיין; זע, מיין פאררעטער איז שוין נאענט!
Explore מארקוס 14:42
9
מארקוס 30:14
און יהושע/ישוע זאגט צו אים: באמת זאג איך דיר: היינט, אין דער דאזיקער נאכט, איידער דער האן וועט צוויימאל קרייען, וועסטו מיך דריימאל פארלייקענען!
Explore מארקוס 14:30
Home
Bible
Plans
Videos