יוחנן 10
10
קאפיטל צען
1באמת, באמת זאג איך אייך; דער, וואס קומט נישט אריין דורך דער טיר אינם הויף פון די שאף, נאר שטייגט אריין דורך ערגעץ אנדערשוואו, יענער איז א גנב און א גזלן. 2דער אבער וואס קומט אריין דורך דער טיר, איז דער פאסטוך פון די שאף. 3פאר אים עפנט דער שומר; און די שאף הערן זיין קול, און ער רופט זיינע שאף ביים נאמען, און פירט זיי ארויס. 4און ווען ער האט ארויסגעלאזט אלע זיינע אייגענע, גייט ער פארויס פאר זיי, און די שאף פאלגן אים נאך, ווייל זיי קענען זיין קול. 5א פרעמדן אבער וועלן זיי בשום אופן נישט נאכפאלגן, נאר וועלן אנטלויפן פון אים, ווייל זיי קענען נישט דאס קול פון פרעמדע. 6דאס דאזיקע משל האט יהושע/ישוע געזאגט צו זיי; אבער זיי האבן נישט פארשטאנען, וואס דאס איז, וואס ער האט צו זיי גערעדט.
7יהושע/ישוע האט דעריבער ווידער צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: איך בין די טיר פון די שאף. 8אלע, וואס זענען געקומען פאר מיר, זענען גנבים און גזלנים; אבער די שאף האבן זיי נישט געהערט. 9איך בין די טיר; ווער עס וועט אריינגיין דורך מיר, דער וועט געראטעוועט ווערן; און וועט אריינגיין און ארויסגיין, און געפינען פאשע. 10דער גנב קומט נישט אחוץ כדי צו גנבענען און הרגענען און צו פארדארבן; איך בין געקומען, כדי זיי זאלן האבן לעבן, און אז זיי זאלן האבן א שפע. 11איך בין דער גוטער פאסטוך; דער גוטער פאסטוך איז זיך מוסר נפש פאר די שאף. 12דער געדונגענער, און דער, וואס איז נישט קיין פאסטוך, צו וועמען עס געהערן נישט די שאף, זעט דעם וואלף קומען, און פארלאזט די שאף, און אנטלויפט; און דער וואלף פארצוקט און צעשפרייט זיי; 13ער אנטלויפט, ווייל ער איז א געדונגענער, און עס קימערט אים נישט וועגן די שאף. 14איך בין דער גוטער פאסטוך, און איך קען די מייניקע, און די מייניקע קענען מיך, 15ווי דער פאטער קען מיך, און איך קען דעם פאטער; און מיין לעבן לייג איך אנידער פאר די שאף. 16און אנדערע שאף האב איך, וואס זענען נישט פון דעם דאזיקן הויף; זיי מוז איך אויך פירן, און זיי וועלן הערן מיין קול; און עס וועט ווערן איין סטאדע, איין פאסטוך. 17דערפאר האט דער פאטער מיך ליב, ווייל איך לייג אנידער מיין לעבן, כדי איך זאל עס ווידער נעמען. 18קיינער נעמט עס נישט אוועק פון מיר, נאר פון מיר אליין לייג איך עס אנידער. איך האב רשות עס אנידערצולייגן, און האב רשות עס ווידער צו נעמען. דאס דאזיקע געבאט האב איך באקומען פון מיין פאטער.
19ווידער איז געווארן א מחלוקה צווישן די יידן צוליב די דאזיקע ווערטער. 20און א סך פון זיי האבן געזאגט: ער האט א בייזן גייסט, און איז אראפ פון זינען; פארוואס הערט איר אים? 21אנדערע האבן געזאגט: דאס זענען נישט די רייד פון א באזעסענעם מיט א בייזן גייסט. צי קען דען א בייזער גייסט עפענען די אויגן פון בלינדע?
22עס איז דעמאלט געווען חנוכה אין ירושלים; עס איז געווען ווינטער, 23און יהושע/ישוע איז געגאנגען אינם בית המקדש אין אולם של שלמה ארויף און אראפ. 24און די יידן האבן אים ארומגערינגלט, און האבן געזאגט צו אים: ביז ווען ווילסטו אויסציען אונדזער נשמה? אויב דו ביסט דער משיח, זאג אונדז אפן. 25האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: איך האב אייך שוין געזאגט, און איר גלויבט נישט; די מעשים, וואס איך טו אין מיין פאטערס נאמען, זיי זאגן עדות וועגן מיר. 26נאר איר גלויבט נישט, ווייל איר זענט נישט פון מיינע שאף. 27מיינע שאף הערן מיין קול, און איך קען זיי, און זיי פאלגן מיר נאך; 28און איך גיב זיי אייביק לעבן: און זיי וועלן קיינמאל נישט פארלוירן ווערן, און קיינער וועט זיי נישט ארויסרייסן פון מיינע הענט. 29מיין פאטער, וואס האט זיי מיר געגעבן, איז גרעסער ווי אלע; און קיינער קען זיי נישט ארויסרייסן פון מיין פאטערס האנט. 30איך און דער פאטער זענען מיר איינס. 31האבן די יידן ווידער אויפגעהויבן שטיינער, כדי אים צו שטייניקן. 32יהושע/ישוע האט זיי געענטפערט: א סך מעשים טובים האב איך אייך געוויזן פון דעם פאטער; צוליב וועלכער פון די דאזיקע מעשים, שטייניקט איר מיך? 33האבן די יידן אים געענטפערט: פאר מעשים טובים שטייניקן מיר דיך נישט, נאר פאר חלול‑השם, און ווייל דו, זייענדיק א מענטש, מאכסט דיך פאר ג‑ט. 34האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: צי שטייט דען נישט געשריבן אין אייער תורה:
איך האב געזאגט: איר זענט ג‑טער?
(תהלים פב, ו.)
35אויב ער האט זיי גערופן ג‑טער, צו וועמען ה׳ס ווארט איז געקומען—און די שריפט קען נישט בטל ווערן— 36זאגט איר אויף אים, וועמען דער פאטער האט געהייליקט, און געשיקט אין דער וועלט אריין: דו לעסטערסט; ווייל איך האב געזאגט: איך בין דער זון פון דער אויבערשטער? 37אויב איך טו נישט די מעשים פון מיין פאטער, זאלט איר מיר נישט גלויבן. 38אויב אבער איך טו יא, אפילו ווען איר ווילט מיר נישט גלויבן, גלויבט די מעשים, כדי איר זאלט וויסן און פארשטיין, אז דער פאטער איז אין מיר, און איך בין אין דעם פאטער. 39דעריבער האבן זיי ווידער געזוכט אים צו כאפן, און ער איז ארויס פון זייער האנט.
40און ער איז ווידער אוועק קיין עבר הירדן, צו דעם ארט, וואו יוחנן פלעגט צום ערשט טובל זיין אין דער מקווה, און איז דארט פארבלייבן. 41און א סך זענען געקומען צו אים, און האבן געזאגט: יוחנן האט טאקע נישט געטאן קיין נס, נאר אלץ, וואס יוחנן האט געזאגט וועגן דעם דאזיקן (יהושע/ישוע), איז אמת. 42און א סך האבן דארט געגלויבט אין אים.
Currently Selected:
יוחנן 10: OYBC
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.

: