יוחנן 14
14
קאפיטל פערצן
1זאל אייער הארץ זיך נישט באאומרואיקן; איר גלויבט אין ה׳, גלויבט אויך אין מיר. 2אין מיין פאטערס הויז איז דא א סך וואוינונגען; וואלט עס נישט אזוי געווען, וואלט איך עס אייך געזאגט; ווייל איך גיי צוגרייטן אן ארט פאר אייך. 3און ווען איך גיי און גרייט צו אן ארט פאר אייך, וועל איך ווידער קומען, און אייך נעמען צו מיר, כדי וואו איך בין, זאלט איר אויך זיין. 4און וואואהין איך גיי, ווייסט איר, און איר קענט דעם וועג. 5זאגט תומא צו אים: האר, מיר ווייסן נישט וואואהין דו גייסט; און וויאזוי קענען מיר וויסן דעם וועג? 6זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר. 7אויב איר וואלט מיך געקענט, וואלט איר אויך געקענט מיין פאטער; און פון איצט אָן קענט איר אים און האט אים געזען. 8זאגט פיליפוס צו אים: האר, ווייז אונדז דעם פאטער, און עס וועט זיין גענוג פאר אונדז. 9זאגט יהושע/ישוע צו אים: אזא לאנגע צייט בין איך שוין מיט אייך, און דו קענסט מיך נישט, פיליפוס? ווער עס האט מיך געזען, דער האט געזען דעם פאטער; און וויאזוי זאגסטו: ווייז אונדז דעם פאטער? 10צי גלויבסטו דען נישט, אז איך בין אין דעם פאטער און דער פאטער איז אין מיר? די ווערטער וואס איך רעד צו אייך, רעד איך נישט פון מיר אליין; נאר דער פאטער, וואס וואוינט אין מיר, טוט זיינע מעשים. 11גלויבט מיר, אז איך בין אין דעם פאטער און דער פאטער אין מיר; און אויב נישט, גלויבט צוליב די מעשים אליין. 12באמת, באמת זאג איך אייך: דער, וואס גלויבט אין מיר, די מעשים וואס איך טו, וועט ער אויך טאן; און גרעסערע ווי די דאזיקע וועט ער טאן, ווייל איך גיי צו דעם פאטער. 13און וואס איר וועט נאר בעטן אין מיין נאמען, וועל איך דאס דאזיקע טאן, כדי דער פאטער זאל פארהערלעכט ווערן אין דעם זון. 14אויב איר וועט מיך עפעס בעטן אין מיין נאמען, וועל איך עס טאן. 15אויב איר האט מיך ליב, זאלט איר האלטן מיינע געבאטן! 16און איך וועל בעטן דעם פאטער, און ער וועט אייך געבן אן אנדערן פרקליט, כדי ער זאל זיין מיט אייך אויף אייביק; 17דעם גייסט פון אמת, וואס די וועלט קען אים נישט אויפנעמען, מחמת זי זעט אים נישט און קען אים נישט; איר קענט אים יא, ווייל ער בלייבט ביי אייך און וועט זיין אין אייך. 18איך וועל אייך נישט איבערלאזן ווי יתומים; איך וועל קומען צו אייך. 19נאך א קליינע וויילע און די וועלט זעט מיך מער נישט, איר אבער זעט מיך; ווייל איך לעב, וועט איר לעבן אויך. 20אין יענעם טאג וועט איר וויסן, אז איך בין אין מיין פאטער, און איר זענט אין מיר, און איך בין אין אייך. 21ווער עס האט מיינע געבאטן און האלט זיי, דער איז עס, וואס האט מיך ליב; און דער, וואס האט מיך ליב, וועט זיין געליבט פון מיין פאטער, און איך וועל אים ליב האבן, און וועל מיך אנטפלעקן צו אים. 22זאגט צו אים יהודה, נישט דער איש‑קריות: האר, וואס איז געשען, אז דו וועסט דיך אנטפלעקן צו אונדז און נישט צו דער וועלט? 23האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: אויב עמיצער האט מיך ליב, וועט ער האלטן מיין ווארט; און מיין פאטער וועט אים ליב האבן; און מיר וועלן קומען צו אים און מאכן א וואוינונג (פאר אונדז) ביי אים. 24ווער עס האט מיך נישט ליב, דער האלט נישט מיינע ווערטער; און דאס ווארט, וואס איר הערט, איז נישט מיין, נאר פון דעם פאטער, וואס האט מיך געשיקט.
25דאס האב איך צו אייך גערעדט, זייענדיק ביי אייך. 26דער פרקליט אבער, דער רוח הקודש, וועמען דער פאטער וועט שיקן אין מיין נאמען, ער וועט אייך אלץ לערנען, און אייך דערמאנען אלץ, וואס איך האב אייך געזאגט. 27שלום לאז איך איבער מיט אייך; מיין שלום גיב איך אייך; נישט ווי די וועלט גיט, גיב איך אייך. זאל זיך אייער הארץ נישט באאומרואיקן, און זאל עס נישט ווערן פארצאגט. 28איר האט געהערט, אז איך האב אייך געזאגט; איך גיי אוועק, און קום (ווידער) צו אייך. אויב איר וואלט מיך ליב געהאט, וואלט איר זיך געפריידט, אז איך גיי צו דעם פאטער, ווייל דער פאטער איז גרעסער פון מיר. 29און איצט האב איך עס אייך געזאגט, איידער עס געשעט, כדי איר זאלט גלויבן, ווען עס וועט געשען. 30איך וועל מער נישט רעדן קיין סך מיט אייך; ווארום דער שר פון דער וועלט קומט; און אין מיר האט ער גארנישט; 31נאר כדי די וועלט זאל וויסן, אז איך האב ליב דעם פאטער, און ווי דער פאטער האט מיר געבאטן, אזוי טו איך. שטייט אויף; לאמיר אוועקגיין פונדאנען.
Currently Selected:
יוחנן 14: OYBC
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.

: