יוחנן 19
19
קאפיטל ניינצן
1דעמאלט האט פילאטוס גענומען יהושען/ישוען און אים געלאזט שמייסן. 2און די זעלנער האבן געפלאכטן א קרוין פון דערנער, און זי ארויפגעזעצט אויף זיין קאפ, און האבן אים אנגעטאן א פורפור מלבוש. 3און זענען געקומען צו אים און געזאגט: שלום דיר, מלך פון די יידן! און האבן אים געגעבן פאטש. 4און פילאטוס איז ווידער ארויסגעגאנגען אינדרויסן און האט צו זיי געזאגט: זע, איך פיר אים ארויס צו אייך, כדי איר זאלט וויסן, אז איך געפין נישט קיין שום שולד אין אים. 5און יהושע/ישוע איז ארויסגעקומען אינדרויסן, טראגנדיק די דערנער קרוין און דאס פורפור מלבוש. און ער (פילאטוס) זאגט צו זיי: זע, דער מענטש! 6ווען די הויפט כהנים און זייערע משרתים האבן אים געזען, האבן זיי א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: אויפהענגען אויף דער בוים אים! אויפהענגען אויף דער בוים אים! (שמואל ב יח, ט-יד.) זאגט פילאטוס צו זיי: נעמט איר און אויפהענגען אויף דער בוים אים, ווארום איך געפין נישט אין אים קיין שולד. 7האבן די יידן אים געענטפערט: מיר האבן א תורה, און לויט דער תורה איז ער חייב מיתה, ווייל ער האט זיך געמאכט פאר ה׳ס זון. 8און ווען פילאטוס האט געהערט דאס א דאזיקע ווארט, האט ער זיך נאך מער געפארכטן; 9און איז ווידער אריינגעגאנגען אינם פרעטאריום און האט געזאגט צו יהושען/ישוען: פונוואנען ביסטו? יהושע/ישוע אבער האט אים נישט געגעבן קיין ענטפער. 10פילאטוס זאגט דעריבער צו אים: צו מיר רעדסטו נישט? ווייסטו דען נישט, אז איך האב מאכט דיך צו באפרייען, און האב מאכט דיך צו אויפהענגען אויף דער בוים? 11האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו וואלסט נישט געהאט קיין שום מאכט קעגן מיר, אויב עס וואלט דיר נישט געגעבן געווארן פון אויבן; דערפאר האט א גרעסערע זינד דער, וואס האט מיך איבערגעגעבן צו דיר. 12פון דעמאלט אָן האט פילאטוס געזוכט אים צו באפרייען; די יידן אבער האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: אויב דו באפרייסט דעם דאזיקן, ביסטו נישט דעם קיסרס פריינד; (ווארום) יעדער איינער, וואס מאכט זיך פאר א מלך, ווידערשפעניקט קעגן קיסר. 13ווען זשע פילאטוס האט געהערט די דאזיקע ווערטער, האט ער ארויסגעפירט יהושען/ישוען, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער טריבונאל שטול, אויף דעם ארט, וואס הייסט ליטאסטראטאס, און אויף לשון קודש גבתא (אויספלאסטערונג). 14און עס איז געווען ערב פסח, ארום דער זעקסטער שעה. און ער האט געזאגט צו די יידן: זע, אייער מלך! 15און זיי האבן א געשריי געטאן: אוועק, אוועק! אויפהענגען אויף דער בוים אים! זאגט פילאטוס צו זיי: דעם מלך אייערן זאל איך אויפהענגען אויף דער בוים אים? האבן די הויפט כהנים געענטפערט: מיר האבן נישט קיין מלך אחוץ דעם קיסר! 16האט ער דעמאלט אים איבערגעגעבן צו זיי, אז ער זאל אויפהענגען אויף א בוים ווערן.
זיי האבן דעריבער גענומען יהושען/ישוען; 17און טראגנדיק אליין זיין בוים, איז ער ארויסגעגאנגען צו אן ארט, וואס הייסט דאס ארט פון א שארבן, אויף לשון קודש הייסט עס גלגלתא; 18וואו זיי האבן אים אויפהענגען אויף דער בוים, און מיט אים אנדערע צוויי, אויף ביידע זייטן, און יהושען/ישוען אין דער מיט. 19און פילאטוס האט אויך געשריבן א טיטל און אים ארויפגעזעצט אויפן בוים. און עס איז געווען געשריבן: יהושע/ישוע פון נצרת מלך היהודים. 20און א סך פון די יידן האבן געלייענט דעם דאזיקן טיטל, ווייל דאס ארט, וואו יהושע/ישוע איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, איז געווען נאענט צו דער שטאט; און עס איז געווען געשריבן אויף לשון קודש, לאטייניש און גריכיש. 21און די הויפט כהנים פון די יידן האבן געזאגט צו פילאטוסן: שרייב נישט: דער מלך פון די יידן; נאר אז ער האט געזאגט: איך בין דער מלך פון די יידן. 22האט פילאטוס געענטפערט: וואס איך האב געשריבן, האב איך געשריבן!
23און די זעלנער, ווען זיי האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים יהושען/ישוען, האבן גענומען זיינע מלבושים, און געמאכט פיר חלקים, פאר יעדן זעלנער א חלק, און אויך דאס אויבערמלבוש. און דאס אויבערמלבוש איז נישט געווען גענייט, נאר אינגאנצן געוועבט פון אויבן (ביז אראפ). 24זיי האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: לאמיר עס נישט צערייסן, נאר ווארפן גורל וועגן דעם, וועמעס עס זאל זיין; כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן:
זיי האבן צעטיילט מיינע קליידער צווישן זיך,
און אויף מיין לבוש האבן זיי געווארפן גורל.
(תהלים כב, יט.)
און די דאזיקע זאכן האבן די זעלנער געטאן. 25און ביים בוים פון יהושען/ישוען זענען געשטאנען זיין מוטער און זיין מוטערס שוועסטער, מרים דאס ווייב פון קלאפאס (לוקאס כד, יח.), און מרים פון מגדלה. 26און ווען יהושע/ישוע האט געזען זיין מוטער און דעם תלמיד, וועלכן ער האט ליב געהאט, שטיין דערנעבן, זאגט ער צו דער מוטער: אשה, זע, דיין זון! 27דערנאך זאגט ער צו דעם תלמיד: זע, דיין מוטער! און פון יענער שעה האט יענער תלמיד זי גענומען צו זיך.
28נאך דעם, אזויווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז אלץ האט זיך שוין געענדיקט, כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן, זאגט ער: איך בין דארשטיק! 29דארט איז געשטאנען א געפעס פול מיט עסיק. און זיי האבן ארויפגעלייגט אויף אן היזאפ שטענגל א שוואם אנגעפילט מיט עסיק און אים דערלאנגט צום מויל. 30און ווען יהושע/ישוע האט גענומען דעם עסיק, האט ער געזאגט: עס איז געענדיקט, און האט גענייגט דעם קאפ און אויפגעגעבן די נשמה.
31און ווייל עס איז געווען ערב שבת, כדי די גופים זאלן נישט בלייבן דעם שבת אויפן בוים—ווארום יענער שבת איז געווען שבת הגדול—האבן די יידן געבעטן פילאטוסן, אז מען זאל צעברעכן די ביינער פון די גופים, און זיי אראפנעמען. 32זענען געקומען די זעלנער און האבן דעם ערשטן צעבראכן די ביינער און דעם אנדערן, וואס איז אויפגעהאנגען געווארן מיט אים אויף דער בוים. 33קומענדיק אבער צו יהושען/ישוען, ווי זיי האבן געזען, אז ער איז שוין געשטארבן, האבן זיי אים נישט צעבראכן די ביינער. 34נאר איינער פון די זעלנער האט אים דורכגעשטאכן די זייט מיט א שפיז; און גלייך איז ארויסגעקומען בלוט און וואסער. 35און דער, וואס האט עס געזען, האט עדות געזאגט, און זיין עדות זאגן איז וואר; און ער ווייסט, אז ער זאגט דעם אמת, כדי אויך איר זאלט גלויבן. 36ווארום דאס איז געשען, כדי דער פסוק זאל דערפילט ווערן:
קיין ביין זאלט איר אים נישט צעברעכן.
(שמות יב, מו.)
37און ווידער אן אנדערער פסוק זאגט:
זיי וועלן קוקן אויף אים,
וועמען זיי האבן דורכגעשטאכן.
(זכריה יב, י.)
38און נאך דעם האט יוסף הרמתי, וועלכער איז געווען א פארבארגענער תלמיד פון יהושען/ישוען, אויס מורא פאר די יידן, געבעטן פילאטוסן, אז ער זאל מעגן אוועקנעמען ישועס גוף; און פילאטוס האט עס דערלויבט. ער איז דעריבער געקומען און האט אוועקגענומען זיין גוף. 39און נקדימון איז אויך געקומען, (דער, וואס איז דאס ערשטע מאל געקומען צו יהושען/ישוען ביינאכט) ברענגענדיק צו טראגן א געמישטע זאלב פון מירע און אלאע, אן ערך הונדערט פונט. 40און זיי האבן גענומען ישועס גוף און אים איינגעוויקלט אין תכריכים מיט די געווירצן לויט דעם מנהג ביי יידן מקבר צו זיין. 41און אויף דעם ארט, וואו ער איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, איז געווען א גארטן, און אין דעם גארטן א ניי קבר, אין וועלכן עס איז נאך קיינמאל קיינער נישט געלייגט געווארן. 42און דארטן—צוליב דעם ערב שבת ביי יידן, ווייל דאס קבר איז געווען נאענט—האבן זיי געלייגט יהושען/ישוען.
Currently Selected:
יוחנן 19: OYBC
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.

: