לוקאס 18
18
קאפיטל אכצ
1און ער האט געזאגט א משל צו זיי, אז זיי דארפן תמיד תפילה טאן, און נישט מיד ווערן, 2אזוי צו זאגן: אין א געוויסער שטאט איז געווען א שופט, וואס האט זיך נישט געפארכטן פאר ה׳ און נישט געשוינט קיין מענטשן. 3און עס איז געווען א געוויסע אלמנה אין יענער שטאט; און זי איז געקומען צו אים און האט געזאגט: פארשאף מיר גערעכטיקייט קעגן מיין שונא! 4און א לאנגע צייט האט ער נישט געוואלט; דערנאך אבער האט ער געזאגט צו זיך אליין: הגם איך האב נישט מורא פאר ה׳ און שויען נישט קיין מענטשן, 5דאך, ווייל די דאזיקע אלמנה מאכט מיר מיד, וועל איך איר פארשאפן גערעכטיקייט, כדי זי זאל נישט סוף כל סוף קומען מיך שלאגן אין פנים אריין. 6און דער האר האט געזאגט: הערט, וואס דער אומגערעכטער שופט זאגט! 7און צי וועט דען ה׳ נישט שאפן גערעכטיקייט פאר זיינע אויסדערוויילטע, וואס רופן צו אים טאג און נאכט, אפילו ווען ער איז געדולדיק מיט זיי? 8איך זאג אייך, ער וועט זיי אינגיכן פארשאפן גערעכטיקייט! דאך ווען דער בר אנש וועט קומען, צי וועט ער דען געפינען די אמונה אויף דער ערד?
9און ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל אויך צו אייניקע, וואס זענען געווען איבערצייגט וועגן זיך אליין, אז זיי זענען צדיקים און די איבריקע האבן זיי מבטל געמאכט: 10צוויי מענטשן זענען ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין תפילה טאן, איינער א פרוש, דער אנדערער א שטייער אויפמאנער. 11דער פרוש האט זיך אוועקגעשטעלט און אזוי מתפלל געווען צו זיך אליין: אָ, ה׳, איך דאנק דיר, וואס איך בין נישט אזוי ווי די איבריקע מענטשן, גזלנים, רשעים, נואפים, אדער אפילו ווי דער דאזיקער שטייער אויפמאנער. 12איך פאסט צוויי מאל אין דער וואך; איך גיב מעשר פון אלעם, וואס איך דערווערב. 13און דער שטייער אויפמאנער איז געשטאנען פונדערווייטנס, האט אפילו נישט געוואלט אויפהויבן די אויגן צום הימל, נאר האט זיך געשלאגן אויף זיין ברוסט, אזוי צו זאגן: אָ, ה׳, זיי מיר מוחל, דעם חוטא! 14איך זאג אייך, דער דאזיקער איז אראפגעגאנגען אהיים מער גערעכטפערטיקט ווי יענער. ווייל יעדער איינער, וואס דערהייבט זיך אליין, וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער עס דערנידעריקט זיך אליין, דער וועט דערהייבט ווערן.
15און מען האט אויך געברענגט קליינע קינדער צו אים, אז ער זאל זיי אנרירן; די תלמידים אבער זעענדיק דאס, האבן אנגעשריגן אויף זיי. 16יהושע/ישוע אבער האט זיי צוגערופן, זאגנדיק: לאזט די קינדער קומען צו מיר, און פארווערט עס זיי נישט; ווארום פון אזעלכע איז דאס קעניגרייך פון ה׳. 17באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט נישט אננעמען דאס קעניגרייך פון ה׳ ווי א קינד, דער וועט בשום אופן נישט אריינקומען דערין.
18און א געוויסער שר האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי גוטער, וואס זאל איך טאן, כדי איך זאל ירשענען אייביק לעבן? 19און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: פארוואס רופסטו מיך גוטער? קיינער איז נישט גוט, אחוץ איינער—ה׳. 20די געבאטן קענסטו דאך: זאלסט נישט נואפן; זאלסט נישט מארדן; זאלסט נישט גנבענען; זאלסט נישט פאלש עדות זאגן; זאלסט אפגעבן כבוד דעם פאטער דיינעם און די מוטער. (שמות כ, יב-טז.) 21און ער האט געזאגט: דאס אלץ האב איך אפגעהיטן פון יונגווייז אָן. 22ווי אבער יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט צו אים: נאך איין זאך פעלט דיר: פארקויף אלץ, וואס דו האסט און צעטייל עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך! 23ווי נאר ער האט דאס געהערט, איז ער געווארן זייער טרויעריק; ווארום ער איז געווען זייער רייך. 24און יהושע/ישוע האט אויף אים געקוקט און געזאגט: אָ, ווי שווער עס איז פאר די, וואס האבן פארמעגנס, אריינצוקומען אין ה׳ס קעניגרייך אריין! 25ווארום עס איז לייכטער פאר א קעמל אריינצוגיין דורך דעם לאך פון א נאדל, ווי פאר אן עושר אריינצוגיין אין דעם קעניגרייך פון ג‑ט. 26האבן די צוהערער געזאגט: טא ווער זשע קען דערלייזט ווערן? 27ער אבער האט געזאגט: דאס, וואס איז ביי מענטשן אוממעגלעך, איז יא מעגלעך ביי ה׳. 28און פעטרוס האט געזאגט: זע, מיר האבן איבערגעלאזט אונדזער אייגנס און האבן דיר נאכגעפאלגט. 29ער אבער האט צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: עס איז נישט פאראן אזעלכער, וואס האט פארלאזט א הויז, אדער א פרוי, אדער ברידער, אדער עלטערן, אדער קינדער, צוליב דעם קעניגרייך פון ה׳, 30וואס וועט נישט באקומען כפלי כפלים אין דער דאזיקער צייט, און אויף עולם הבא אייביק לעבן.
31און ער האט גענומען די צוועלף צו זיך און האט צו זיי געזאגט: זע, מיר גייען ארויף קיין ירושלים, און עס וועט דערפילט ווערן אלץ, וואס איז געשריבן געווארן דורך די נביאים וועגן דעם בר אנש. (ישעיהו נג, א-יב.) 32ווארום ער וועט איבערגעגעבן ווערן צו די אומות (העולם), און וועט אפגעשפאט, און באליידיקט, און באשפיגן ווערן; (ישעיהו נ, ו.) 33און זיי וועלן אים געבן שלעק און אים טייטן, און דעם דריטן טאג וועט ער ווידער אויפשטיין. (תהלים טז, י.) 34און זיי האבן נישט פארשטאנען קיין זאך פון די דאזיקע, און דאס דאזיקע ווארט איז געווען פארהוילן פון זיי, און זיי האבן נישט געוואוסט וואס עס איז געזאגט געווארן.
35און עס איז געשען, בשעת ער האט זיך דערנענטערט קיין יריחו, איז איינער א בלינדער געזעסן ביים וועג און געבעטלט. 36און היות ער האט געהערט א המון מענטשן פארבייגיין, האט ער זיך געפרעגט, וואס עס איז. 37און מען האט אים געזאגט, אז יהושע/ישוע פון נצרת גייט פארביי. 38און ער האט א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: יהושע/ישוע בן דוד, האב רחמנות אויף מיר! 39און די, וואס זענען געגאנגען פארויס, האבן אנגעשריגן אויף אים, אז ער זאל שווייגן; ער אבער האט נאך פיל מער געשריגן; בן דוד, האב רחמנות אויף מיר! 40און יהושע/ישוע האט זיך אפגעשטעלט און באפוילן מען זאל אים ברענגען צו אים. און ווי ער האט זיך דערנענטערט, האט ער אים געפרעגט: 41וואס ווילסטו איך זאל טאן פאר דיר? און ער האט געזאגט: האר, אז איך זאל ווערן זעענדיק! 42און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט; באקום דיין זעענדיק! דיין גלויבן האט דיר געהאלפן! 43און תיכף ומיד איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט, לויבנדיק ה׳; און דאס גאנצע פאלק, וואס האט דאס געזען, האט אפגעגעבן א שבח צו ה׳.
Currently Selected:
לוקאס 18: OYBC
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.

: