לוקאס 19
19
קאפיטל ניינצן
1און ער איז אריינגעקומען און איז דורכגעגאנגען דורך יריחו. 2און זע, א מאן, וואס מען האט אים גערופן מיט דעם נאמען זכי, און ער איז געווען א ראש שטייער אויפמאנער, און אן עושר; 3און האט באגערט צו זען יהושען/ישוען, ווער ער איז, און האט נישט געקענט מחמת דעם המון מענטשן, ווייל ער איז געווען קליין פון געוואוקס. 4און ער איז געלאפן פארויס, און האט ארויפגעקלעטערט אויף א שקמה בוים, כדי אים צו זען; ווייל ער האט דארטן געזאלט פארבייגיין. 5און ווי יהושע/ישוע איז געקומען צו דעם ארט, האט ער ארויפגעבליקט און געזאגט צו אים: זכי, קום געשווינט אראפ; ווארום היינט מוז איך איינשטיין ביי דיר אין הויז! 6און ער איז גיך אראפגעשטיגן, און האט אים אויפגענומען מיט פרייד. 7און זעענדיק דאס, האבן אלע געמורמלט, אזוי צו זאגן: ביי אן איש חוטא איז ער אריינגעגאנגען זיך אויפצוהאלטן! 8זכי אבער האט זיך אנידערגעשטעלט און געזאגט צום האר: זע, די העלפט פון מיין פארמעגן, האר, גיב איך צו די ארעמעלייט, און אויב איך האב ביי עמיצן עפעס ארויסגעפרעסט, גיב איך אים אפ פיר מאל אזויפיל. 9יהושע/ישוע האט אבער צו אים געזאגט: היינט איז א ישועה געקומען אויף דעם דאזיקן הויז, ווייל אפילו ער איז א בן אברהם; 10ווארום דער בר אנש איז געקומען צו זוכן און צו ראטעווען דאס, וואס איז פארלוירן געגאנגען.
11און ווען זיי האבן דאס געהערט, האט ער ווידער געזאגט א משל, צוליב דעם וואס ער איז געווען נאענט צו ירושלים, און זיי האבן געמיינט, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ מוז באלד דערשיינען. 12ער האט דעריבער געזאגט: א געוויסער איידלמאן איז אוועק אין א ווייט לאנד אריין, צו נעמען פאר זיך א מלכות, און זיך אומצוקערן. 13און ער האט גערופן צען קנעכט זיינע, און זיי געגעבן צען מנים, און געזאגט צו זיי: האנדלט, ביז איך קום צוריק. 14זיינע בירגער אבער האבן אים געהאסט, און האבן געשיקט שליחים נאך אים, אזוי צו זאגן: מיר ווילן נישט, אז דער דאזיקער זאל קעניגן איבער אונדז! 15און עס איז געשען, ווען ער איז צוריקגעקומען, נאך דעם ווי ער האט גענומען דאס מלכות, האט ער געהייסן רופן די דאזיקע קנעכט זיינע צו זיך, צו וועלכע ער האט געגעבן דאס געלט, כדי ער זאל וויסן ווער עס האט וואס איינגעהאנדלט. 16און דער ערשטער איז געקומען, און האט געזאגט: האר, דיין מנה האט אריינגעברענגט צען מנים! 17און ער האט צו אים געזאגט: וואויל, דו גוטער קנעכט! ווייל דו ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, זאלסטו האבן מאכט איבער צען שטעט! 18און דער צווייטער איז געקומען, און האט געזאגט: דיין מנה, האר, האט דערווארבן פינף מנים! 19און ער האט געזאגט אויך צו דעם דאזיקן: און דו זאלסט זיין איבער פינף שטעט! 20און אן אנדערער איז געקומען, און האט געזאגט: האר, אָט איז דיין מנה, וואס איך האב געהאט באהאלטן אין א טיכל! 21ווארום איך האב מיך געפארכטן פאר דיר, ווייל דו ביסט א שטרענגער מענטש; דו נעמסט, וואס דו האסט נישט אנידערגעלייגט, און שניידסט דאס, וואס דו האסט נישט פארזייט. 22זאגט ער צו אים: אויס דיין אייגן מויל וועל איך דיך משפטן, דו געמיינער קנעכט! דו האסט געוואוסט, אז איך בין א שטרענגער מענטש, איך נעם, וואס איך האב נישט אנידערגעלייגט, און שנייד, וואס איך האב נישט פארזייט; 23און פארוואס האסטו נישט אריינגעגעבן מיין געלט אין א באנק, און איך וואלט עס ביי מיין צוריק קער אויפגעמאנט מיט צינזן? 24און ער האט געזאגט צו די, וואס זענען געשטאנען ארום: נעמט אוועק פון אים די מנה, און גיט זי צו דעם, וואס האט די צען מנים! 25און זיי האבן געזאגט צו אים: האר, ער האט דאך שוין צען מנים. 26איך זאג אייך, אז יעדן איינעם, וואס האט, וועט געגעבן ווערן; פון דעם אבער, וואס האט נישט, וועט אפילו אוועקגענומען ווערן דאס, וואס ער האט יא. 27דאך די דאזיקע שונאים מיינע, וואס האבן נישט געוואלט, אז איך זאל קעניגן איבער זיי, ברענגט אהער, און דערהרגעט זיי פאר מיר! 28און ווען ער האט דאס געזאגט, איז ער אוועק פארויס, און איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים.
29און עס איז געשען, ווען ער האט זיך דערנענטערט קיין בית‑פגי און בית‑היני ביים בארג, וואס האט געהייסן הר הזיתים, האט ער געשיקט צוויי פון די תלמידים, 30און געזאגט: גייט אריין אין דעם דארף אנטקעגנאיבער; און ווען איר וועט דארט אריינקומען, וועט איר געפינען א יונג אייזל אנגעבונדן, אויף וועלכן קיין מענטש איז נאך קיינמאל נישט געזעסן; בינדט עס אויף און ברענגט עס צו אהער. 31און אויב עמיצער וועט אייך פרעגן: פארוואס בינדט איר עס אויף? זאלט איר אזוי זאגן: דער האר דארף עס האבן! 32און די שליחים זענען אהינגעגאנגען, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט. 33און ווען זיי האבן אויפגעבונדן דאס יונגע אייזל, האבן זיינע בעלי בתים געזאגט צו זיי: פארוואס בינדט איר אויף דאס אייזל? 34און זיי האבן געזאגט: דער האר דארף עס האבן! 35און זיי האבן עס געברענגט צו יהושען/ישוען, און האבן ארויפגעווארפן זייערע מלבושים אויף דעם אייזל, און ארויפגעזעצט יהושען/ישוען דערויף. (זכריה ט, ט.) 36און בשעת ער איז געגאנגען, האבן זיי אויסגעשפרייט זייערע קליידער אויפן וועג. 37און ווען ער האט זיך שוין דערנענטערט צום אראפגאנג פון דעם הר הזיתים, האט די גאנצע מאסע תלמידים אנגעהויבן פריידיק צו לויבן ה׳ מיט א הויך קול פאר אלע גבורות, וואס זיי האבן געזען, 38און האבן געזאגט:
געבענטשט איז דער קעניג, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר (ה׳);
שלום אין הימל, און כבוד אין די הויכקייטן!
39און אייניקע פון די פרושים אויס דעם המון מענטשן האבן געזאגט צו אים: רבי, שריי אָן אויף דיינע תלמידים! 40און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: איך זאג אייך: אויב די דאזיקע שווייגן, וועלן די שטיינער שרייען!
41און ווי ער איז צוגעקומען נענטער און האט געזען די שטאט, האט ער זיך צעוויינט איבער איר, 42אזוי צו זאגן, אָ, ווען אויך דו וואלסט געוואוסט אין דעם דאזיקן טאג דאס, וואס האט א שייכות צו דיין שלום! איצט אבער איז עס פארהוילן פון דיינע אויגן. 43עס וועלן קומען טעג אויף דיר, און דיינע שונאים וועלן ווארפן א וואל ארום דיר, און וועלן דיך ארומרינגלען, און באלאגערן פון אלע זייטן; 44און וועלן דיך מאכן מיט דער ערד צוגלייך, און דיינע קינדער אין דיר; און וועלן נישט איבערלאזן א שטיין אויף א שטיין אין דיר, דערפאר וואס דו האסט נישט דערקענט די צייט פון דיין באזוכט ווערן!
45און ער איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש, און האט אנגעהויבן ארויסצוטרייבן די הענדלער, 46זאגנדיק צו זיי: עס שטייט געשריבן: מיין הויז וועט זיין א הויז פון תפילה (ישעיהו נו, ז.); איר אבער האט דערפון געמאכט א הייל פון רויבער! (ירמיהו ז, יא.)
47און ער האט געלערנט טאג טעגלעך אין בית המקדש; די הויפט כהנים אבער און די סופרים און די ראשים פונם פאלק האבן געזוכט אים אומצוברענגען. 48און האבן נישט געפונען, וואס זיי זאלן טאן; ווארום דאס גאנצע פאלק האט זיך צוגעהערט צו אים מיט גרויסער ערנסטקייט.
Currently Selected:
לוקאס 19: OYBC
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.

: