YouVersion Logo
Search Icon

לוקאס 24

24
קאפיטל פיר און צוואנציק
1און דעם ערשטן טאג פון דער וואך, ווען עס האט אנגעהויבן טאגבראך, זענען זיי געקומען צום קבר, ברענגענדיק די בשמים, וואס זיי האבן צוגעגרייט. 2זיי האבן אבער געפונען דעם שטיין אראפגעקייקלט פונם קבר; 3און זענען אריינגעגאנגען, און האבן נישט געפונען דעם גוף פון דעם האר יהושע/ישוע. 4און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אזוי געווען מבולבל וועגן דעם, זע, צוויי מענער זענען געשטאנען נעבן זיי אין שטראלנדיקע קליידער; 5און ווי זיי האבן זיך דערשראקן און גענייגט די פנימער צו דער ערד, האבן די דאזיקע געזאגט צו זיי: וואס זוכט איר דעם לעבעדיקן צווישן די טויטע? 6ער איז דא נישטא, נאר איז אויפגעשטאנען! דערמאנט זיך ווי ער האט גערעדט צו אייך, בשעת ער איז נאך געווען אין גליל, און געזאגט, 7אז דער בר אנש מוז איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון זינדיקע מענטשן, און ווערן אויפגעהאנגען אויף א בוים, און דעם דריטן טאג ווידער אויפשטיין. 8און זיי האבן זיך דערמאנט זיינע ווערטער, 9און האבן זיך אומגעקערט פונם קבר, און דערציילט אלע די דאזיקע זאכן צו די עלף, און צו אלע איבריקע. 10און דאס זענען געווען מרים פון מגדלה, און יוחנה, און מרים, יעקבס מוטער; און די איבריקע מיט זיי האבן דאס געזאגט צו די שליחים, 11און די דאזיקע רייד זענען זיי פארגעקומען ווי פוסטע מעשיות, און האבן זיי נישט געגלויבט. 12נאר פעטרוס האט זיך אויפגעהויבן און איז אהינגעלאפן צום קבר; און איינבייגנדיק זיך, זעט ער די תכריכים ליגן אליין; און ער איז אוועק צו זיך אהיים, וואונדערנדיק זיך איבער דעם, וואס איז געשען.
13און זע, צוויי פון זיי זענען דעם זעלביקן טאג געווען אויפן וועג אין א דארף אריין מיטן נאמען עמאוס, וואס איז געלעגן זעכציק אקער‑פעלד פון ירושלים. 14און האבן געשמועסט צווישן זיך וועגן אלעם דעם, וואס איז פארגעקומען. און עס איז געשען, 15בשעת זיי האבן געשמועסט און געהאלטן א וויכוח, האט יהושע/ישוע אליין גענענט, און איז מיטגעגאנגען מיט זיי. 16זייערע אויגן אבער זענען געהאלטן געווארן, כדי זיי זאלן אים נישט דערקענען. 17און ער האט צו זיי געזאגט: וואס פאר א ווערטער זענען דאס, וואס איר רעדט איינער מיט דעם אנדערן אונטערוועגנס? און זיי זענען געבליבן שטיין מיט באטריבטע פנימער. 18און דער איינער מיטן נאמען קלעאפאס, האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: ביסטו דער איינציקער פרעמדער אין ירושלים, און ווייסט נישט וואס עס איז דארט געשען אין די דאזיקע טעג? 19און ער האט צו זיי געזאגט: וואס? און זיי האבן צו אים געזאגט: דאס פון יהושע/ישוע פון נצרת, וואס איז געווען א נביא, מעכטיק אין טאט און אין ווארט פאר ה׳ און דעם גאנצן פאלק; 20און וויאזוי אונדזערע הויפט כהנים און שרים האבן אים איבערגעגעבן, אז ער זאל פארמשפט ווערן צום טויט, און האבן אים אויפגעהאנגען אויף א בוים. 21מיר אבער האבן געהאפט, אז ער איז דאס, וועלכער האט געזאלט אויסלייזן דאס (פאלק) ישראל. און אויסער דעם איז שוין היינט דער דריטער טאג, זינט די דאזיקע זאכן זענען געשען. 22נאר אפילו אייניקע פרויען, וואס געהערן צו אונדז, האבן אונדז איבערראשט, קומענדיק אינדערפרי צום קבר; 23און ווען זיי האבן נישט געפונען זיין גוף, זענען זיי געקומען, און האבן געזאגט, אז זיי האבן אויך געזען א דערשיינונג פון מלאכים, וועלכע האבן געזאגט, אז ער לעבט. 24און אייניקע פון די אונדזעריקע זענען אוועק צום קבר, און האבן עס געפונען פונקט אזוי, ווי די פרויען האבן געזאגט, אים (אליין) אבער האבן זיי נישט געזען. 25און ער האט צו זיי געזאגט: אָ, איר נאראנים און וואס דאס הארץ איז אייך שווער צו גלויבן אלץ, וואס די נביאים האבן גערעדט! 26צי האט דען דער משיח נישט געדארפט ליידן די דאזיקע זאכן, און אריינגיין אין זיין הערלעכקייט אריין? 27און אנהויבנדיק פון (תורת) משה און פון אלע נביאים, האט ער אויסגעטייטשט פאר זיי אין אלע שריפטן דאס, וואס האט א שייכות צו אים. 28און זיי האבן זיך דערנענטערט צו דעם דארף, וואואהין זיי זענען געגאנגען, און ער האט זיך געמאכט, ווי ער וואלט געוואלט גיין ווייטער. 29און זיי האבן אים געבעטן, און האבן געזאגט: בלייב ביי אונדז, ווייל עס האלט שוין באלד ביים אוונט, און דער טאג האט זיך שוין גענייגט! און ער איז אריינגעגאנגען צו בלייבן ביי זיי. 30און עס איז געשען, בשעתן אנידערזעצן זיך צוזאמען מיט זיי צום טיש, האט ער גענומען דאס ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי. 31און זייערע אויגן זענען אויפגעעפנט געווארן, און זיי האבן אים דערקענט; און ער איז פון זיי פארשווונדן. 32און זיי האבן געזאגט איינער צום אנדערן: צי האט דען נישט אונדזער הארץ געברענט אין אונדז, בשעת ער האט מיט אונדז גערעדט אויפן וועג, ווי ער האט אונדז אויפגעעפנט די כתבי (הקודש)? 33און זיי זענען אויפגעשטאנען אין דער זעלביקער שעה און האבן זיך אומגעקערט קיין ירושלים, און האבן געפונען די עלף פארזאמלט, און די, וואס זענען געווען מיט זיי; 34וועלכע האבן געזאגט: דער האר איז באמת אויפגעשטאנען, און האט זיך באוויזן צו שמעונען! 35און זיי אליין האבן דערציילט, וואס עס איז געשען אויפן וועג, און וויאזוי ער איז פון זיי דערקענט געווארן ביים ברעכן דאס ברויט.
36און בשעת זיי האבן גערעדט פון די דאזיקע זאכן, איז ער אליין געשטאנען אין דער מיט צווישן זיי, און זאגט צו זיי: שלום עליכם! 37זיי אבער האבן געציטערט און מורא געהאט, מיינענדיק, אז זיי זען א גייסט. 38און ער האט צו זיי געזאגט: פארוואס זענט איר אזוי דערשראקן, און פארוואס שטייגן אויף ספקות אין אייער הארץ? 39קוקט אויף מיינע הענט און אויף מיינע פיס, אז איך בין עס אליין! רירט מיך אָן און זעט! ווייל א גייסט האט נישט קיין פלייש און ביין, ווי איר זעט, אז איך האב. 40און ווי ער האט דאס געזאגט, האט ער זיי געוויזן די הענט און די פיס. 41און בשעת זיי האבן נאך אלץ נישט געגלויבט פאר פרייד, און זיך געוואונדערט, האט ער צו זיי געזאגט: צי האט איר דא עפעס צו עסן? 42האבן זיי אים געגעבן א שטיק געבראטענעם פיש. 43און ער האט עס גענומען, און געגעסן פאר זייערע אויגן.
44און ער האט צו זיי געזאגט: דאס זענען מיינע ווערטער, וואס איך האב צו אייך גערעדט, בשעת איך בין נאך געווען מיט אייך, אז אלץ מוז דערפילט ווערן, וואס עס שטייט געשריבן אין תורת משה, און אין די נביאים, און אין תהלים, וועגן מיר. 45דעמאלט האט ער אויפגעעפנט זייער פארשטאנד, משיג צו זיין די כתבי (הקודש); 46און האט צו זיי געזאגט: אזוי שטייט געשריבן, אז דער משיח זאל ליידן, און אויפשטיין פון די טויטע דעם דריטן טאג, 47און אז אין זיין נאמען זאל אויסגערופן ווערן א תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד צווישן אלע פעלקער—אנהויבנדיק פון ירושלים. 48איר זענט עדות פון די דאזיקע זאכן. 49און זע, איך שיק אויף אייך די הבטחה פון מיין פאטער; איר אבער בלייבט אין דער שטאט, ביז איר וועט אנגעקליידט ווערן מיט גבורה פון אויבן.
50און ער האט זיי ארויסגעפירט ביז נאענט קיין בית‑היני, און האט אויפגעהויבן זיינע הענט, און זיי געבענטשט. 51און עס איז געשען, בשעת דעם בענטשן זיי, האט ער זיך פון זיי אפגעשיידט, און איז ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין. 52און זיי האבן זיך אומגעקערט קיין ירושלים מיט גרויס פרייד; 53און זענען תמיד געווען אין בית המקדש, לויבנדיק ה׳.

Currently Selected:

לוקאס 24: OYBC

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in