YouVersion Logo
Search Icon

לוקאס 6

6
קאפיטל זעקס
1און עס איז געשען, א שבתדיקן טאג איז ער דורכגעגאנגען דורך די קארנפעלדער; און זיינע תלמידים האבן אפגעפליקט זאנגען, האבן זיי צעריבן מיט די הענט און געגעסן. 2אייניקע אבער פון די פרושים האבן געזאגט: פארוואס טוט איר דאס, וואס מען טאר שבת נישט טאן? 3און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: צי האט איר דען נישט געלייענט דאס דאזיקע, וואס דוד (המלך) האט געטאן, ווען ער איז הונגעריק געווארן און די (לייט), וואס זענען געווען מיט אים? 4ווי ער איז אריינגעגאנגען אין ה׳ס הויז (משכן), און האט גענומען דאס לחם הפנים און עס געגעסן, און האט אויך געגעבן צו די (לייט), וואס זענען געווען מיט אים; וואס קיינער האט נישט געטארט עסן אחוץ די כהנים אליין? (שמואל א כא, ג-ד.) 5און ער האט צו זיי געזאגט: דער בר אנש איז האר פונם שבת.
6און עס איז געשען אן אנדערן שבת, אז ער איז אריינגעגאנגען אין א שול און האט געלערנט; און דארט איז געווען א מענטש, וועמעס רעכטע האנט איז געווען פארדארט. 7און די סופרים און די פרושים האבן גוט אכטונג געגעבן אויף אים, אויב ער וועט שבת היילן, כדי זיי זאלן געפינען עפעס אים אנצוקלאגן. 8ער אבער האט געקענט זייערע געדאנקען; און האט געזאגט צום מאן, מיט דער פארדארטער האנט: הויב דיך אויף און שטעל דיך אין דער מיט! און ער איז אויפגעשטאנען און זיך געשטעלט. 9און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: איך וועל אייך פרעגן: צי מעג מען שבת טאן גוטס אדער טאן שלעכטס, ראטעווען א נפש, אדער אומברענגען? 10און ארומקוקנדיק זיך אויף זיי אלע, האט ער געזאגט צו אים: שטרעק אויס דיין האנט! און ער האט עס געטאן, און זיין האנט איז ווידער געזונט געווארן. 11זיי אבער זענען פול געווארן מיט גרימצארן; און האבן איבערגערעדט איינער מיטן אנדערן, וואס מען זאל טאן צו יהושען/ישוען.
12און עס איז געשען אין די דאזיקע טעג, אז ער איז ארויסגעגאנגען צום בארג תפילה צו טאן; און האט פארברענגט די גאנצע נאכט אין געבעט צו ה׳. 13און ווען עס איז געווארן טאג, האט ער גערופן צו זיך זיינע תלמידים און אויסדערוויילט פון זיי צוועלף, וועלכע ער האט אויך א נאמען געגעבן שליחים: 14שמעונען, וועמען ער האט אויך א נאמען געגעבן פעטרוס, און אנדריי זיין ברודער, און יעקבן און יוחנן, און פיליפוסן און בר‑תלמי, 15און מתתיהו און תומא, און יעקב בן חלפי און שמעונען, וואס מען האט אים גערופן קנאי, 16און יהודה בן יעקב, און יהודה איש‑קריות, וואס איז געווארן דער פאררעטער. 17און איז מיט זיי אראפגעשטיגן און האט זיך געשטעלט אויף א פלאך ארט, און א גרויסע מאסע פון זיינע תלמידים און א גרויסער המון עם פון גאנץ יהודה און ירושלים און פון דער געגנט ביים ים פון צור און צידון, 18וועלכע זענען געקומען אים הערן און צו ווערן געהיילט פון זייערע שלאפקייטן; און די, וואס זענען געווען געפלאגט פון אומריינע גייסטער, זענען געהיילט געווארן. 19און דער גאנצער המון מענטשן האט געזוכט אים אנצורירן, ווייל עס איז ארויסגעגאנגען פון אים א כוח און האט אלעמען געהיילט.
20און ער האט אויפגעהויבן זיינע אויגן אויף זיינע תלמידים, און געזאגט:
וואויל איז אייך, ארעמעלייט,
ווייל דאס קעניגרייך פון ה׳ איז אייערס!
21וואויל איז אייך, וואס הונגערן איצט,
ווייל איר וועט געזעטיקט ווערן!
וואויל איז אייך, וואס וויינען איצט,
ווייל איר וועט לאכן!
22וואויל איז אייך, ווען די מענטשן וועלן אייך האסן, און ווען זיי וועלן אייך ארויסשטויסן און באליידיקן און ארויסווארפן אייער נאמען ווי עפעס בייז, צוליב דעם בר אנש. 23פריידט זיך אין יענעם טאג און טאנצט, ווארום זע, גרויס איז אייער שכר אין הימל; ווארום אזוי־אָ האבן זייערע עלטערן געטאן צו די נביאים.
24אבער וויי צו אייך, די רייכע!
ווייל איר האט שוין באקומען אייער נחמה.
25וויי צו אייך, די וואס זענען איצט זאט,
ווייל איר וועט הונגערן.
וויי צו אייך, וואס לאכן איצט!
ווייל איר וועט טרויערן און וויינען.
26וויי צו אייך, ווען אלע מענטשן וועלן רעדן וואויל וועגן אייך, ווארום אָט אזוי האבן זייערע עלטערן געטאן צו די פאלשע נביאים.
27צו אייך אבער, וואס הערן, זאג איך: האט ליב אייערע שונאים, טוט גוטס צו די, וואס האסן אייך; 28בענטשט די, וואס פלוכן אייך, טוט תפילה פאר די, וואס באליידיקן אייך. 29דעם, וואס שלאגט דיך אויף דער באק, גיב אויך די אנדערע; און פון דעם, וואס נעמט ביי דיר אוועק דעם מאנטל, האלט אויך דאס העמד נישט צוריק. 30גיב יעדן, וואס בעט דיך; און פון דעם, וואס נעמט דאס דייניקע פון דיר אוועק, פאדער עס נישט צוריק. 31און אזוי ווי איר ווילט, אז די מענטשן זאלן טאן צו אייך, זאלט איר אויך אזוי טאן צו זיי. 32און אויב איר האט ליב די, וואס ליבן אייך, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? ווארום אפילו די חוטאים האבן ליב די, וואס האבן זיי ליב. 33ווארום אויב איר טוט גוטס צו די, וואס טאן אייך גוטס, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? די חוטאים טאן דאך דאס זעלביקע. 34און אויב איר זאלט לייען צו די, פון וועמען איר האפט צוריק צו באקומען, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? אפילו חוטאים לייען צו חוטאים, כדי דאס גלייכע אפצונעמען. 35איר אבער זאלט ליב האבן אייערע שונאים, און טוט גוטס, און לייט, אָן צו האפן אויף עפעס צוריק; און גרויס וועט זיין אייער שכר, און איר וועט זיין דעם אויבערשטנס קינדער; ווייל ער איז גוט צו די אומדאנקבארע און שלעכטע. 36זייט בארמהערציק, אזוי ווי אייער פאטער איז בארמהערציק. 37און משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן; און פאראורטיילט נישט און איר וועט נישט פאראורטיילט ווערן; זייט מוחל, און עס וועט אייך פארגעבן ווערן; 38גיט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן; א מאס א גוטע, א געדריקטע, א צוגעשאקלטע, א שפעדיקע וועט מען אייך געבן אין אייער שויס אריין. ווארום מיט וואס פאר א מאס איר וועט מעסטן, וועט אייך אנטקייגן געמאסטן ווערן.
39און ער האט אויך געזאגט א משל צו זיי: צי קען דען א בלינדער פירן א בלינדן? וועלן זיי דען נישט ביידע אריינפאלן אין א גרוב? 40דער תלמיד איז נישט איבער דעם רבין; ווען אבער פארפאלקאמט, וועט יעדער זיין ווי דער רבי זיינער. 41און פארוואס זעסטו דאס שפענדל, וואס איז אין דיין ברודערס אויג, און באמערקסט נישט דעם קלאץ אין דיין אייגן אויג? 42וויאזוי קענסטו זאגן צום ברודער דיינעם: ברודער, לאז מיך ארויסנעמען דאס שפענדל, וואס איז אין דיין אויג; בעת אליין זעסטו נישט דעם קלאץ אין דיין אויג? דו צבועק, נעם צום ערשט ארויס דעם קלאץ פון דיין אויג, און דעמאלט וועסטו זען קלאר ארויסצונעמען דאס שפענדל, וואס איז אין דיין ברודערס אויג. 43ווארום עס איז נישטא קיין גוטער בוים, וואס ברענגט שלעכטע פרוכט; און ווידער אויך נישט קיין שלעכטער בוים, וואס ברענגט גוטע פרוכט. 44ווארום יעדער בוים ווערט דערקענט פון זיינע אייגענע פירות; ווארום פון דערנער קלויבט מען נישט קיין פייגן, און פון א דארנבוש שניידט מען נישט קיין וויינטרויבן. 45דער גוטער מענטש ברענגט ארויס דאס גוטע פון דעם גוטן אוצר פון זיין הארץ, און דער שלעכטער ברענגט ארויס שלעכטס פון דעם שלעכטן (אוצר); ווארום פון דעם, מיט וועלכן דאס הארץ פליסט איבער, רעדט דאס מויל זיינס.
46און פארוואס רופט איר מיך, האר, האר, און טוט נישט וואס איך זאג? 47יעדער איינער וואס קומט צו מיר און הערט מיינע רייד און טוט זיי, וועל איך אייך ווייזן צו וועמען ער איז גלייך; 48ער איז גלייך צו א מענטשן, וואס בויענדיק א הויז, האט געגראבן און איז אראפגעגאנגען טיף און געלייגט דעם פונדאמענט אויף דעם פעלדזן; און ווען עס איז געקומען א פארפלייצונג, האט דער שטראם זיך געווארפן אנטקעגן יענעם הויז און עס נישט געקענט דערשיטערן; צוליב דעם וואס עס איז געווען גוט געבויט. 49דער אבער וואס הערט און טוט נישט, איז גלייך צו א מענטשן, וואס האט געבויט אויף דער ערד א הויז אָן א פונדאמענט; אנטקעגן וועלכן דער שטראם האט זיך געווארפן און עס איז באלד איינגעפאלן, און דער צוזאמענברוך פון יענעם הויז איז געווען גרויס.

Currently Selected:

לוקאס 6: OYBC

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in