מתתיהו 29:5-30
מתתיהו 29:5-30 OYBC
און אויב דיין רעכט אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, נעם עס ארויס, און ווארף עס אוועק פון דיר; מחמת עס לוינט זיך דיר, אז איינס פון דיינע אברים זאל פארלוירן גיין, און נישט דיין גאנצער גוף זאל געווארפן ווערן אין גיהנום אריין. און אויב דיין רעכטע האנט פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק זי אפ, און ווארף זי אוועק פון דיר; מחמת עס לוינט זיך דיר, אז איינס פון דיינע אברים זאל פארלוירן גיין, און נישט דיין גאנצער גוף זאל גיין אין גיהנום אריין.