YouVersion Logo
Search Icon

ברֵאשִית כא

כא
1און ה׳ האָט געדאַכט אָן שׂרהן, אַזױ װי ער האָט געזאָגט, און ה׳ האָט געטאָן צו שׂרהן אַזױ װי ער האָט גערעדט. 2און שׂרה איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אבֿרהמען אַ זון אױף זײַן עלטער, צו דער צײַט װאָס אלֹקים האָט אים אָנגעזאָגט. 3און אבֿרהם האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן זון װאָס איז אים געבאָרן געװאָרן, װאָס שׂרה האָט אים געבאָרן, יִצחָק. 4און אבֿרהם האָט געמַלט זײַן זון יִצחָקן צו אַכט טעג, אַזױ װי אלֹקים האָט אים באַפֿױלן. 5און אבֿרהם איז געװען הונדערט יאָר אַלט, װען זײַן זון יִצחָק איז אים געבאָרן געװאָרן.
6און שׂרה האָט געזאָגט: אַ געלעכטער האָט מיר אלֹקים געמאַכט; איטלעכער װאָס הערט עס, װעט לאַכן װעגן מיר. 7און זי האָט געזאָגט: װער װאָלט געזאָגט אבֿרהמען: שׂרה װעט קינדער זײגן? אַז איך װעל געבערן אַ זון אױף זײַן עלטער?
8און דאָס קינד איז געװאַקסן, און איז אַנטװױנט געװאָרן, און אבֿרהם האָט געמאַכט אַ גרױסן מאָלצײַט אין דעם טאָג װאָס יִצחָק איז אַנטװױנט געװאָרן.
9און שׂרה האָט געזען דעם זון פֿון הָגָר דער מִצרית, װאָס זי האָט געבאָרן אבֿרהמען, װי ער האָט‎ אפּשפּעטן פֿון אים. 10און זי האָט געזאָגט צו אבֿרהמען: טרײַב אַרױס די דאָזיקע דינסט און איר זון, װאָרום דער זון פֿון דער דאָזיקער דינסט װעט נישט ירשען מיט מײַן זון, מיט יִצחָקן.
11און די זאַך איז געװען זײער שלעכט אין די אױגן פֿון אבֿרהמען פֿון װעגן זײַן זון. 12האָט אלֹקים געזאָגט צו אבֿרהמען: זאָל נישט שלעכט זײַן אין דײַנע אױגן איבער דעם ייִנגל, און איבער דער דינסט; אַלץ װאָס שׂרה זאָגט דיר, הער זיך אײַן צו איר קֹול, װאָרום אױף יִצחָקן װעט גערופֿן װערן דײַן זאָמען#21‏.12 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד, דער זרע פֿון יִצחָק.. 13אָבער אױך דעם זון פֿון דער דינסט װעל איך מאַכן פֿאַר אַ פֿאָלק, װײַל ער איז דײַן זאָמען.
14האָט אבֿרהם זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער האָט גענומען ברױט און אַ לאָגל װאַסער, און געגעבן צו הָגָרן – אַרױפֿגעטאָן אױף איר אַקסל – און אױך דאָס קינד, און האָט זי אַװעקגעשיקט; און זי איז אַװעקגעגאַנגען, און האָט אומגעבלאָנדזשעט אין דעם מדבר פֿון באֵר-שֶבַֿע. 15איז דאָס װאַסער אױסגעגאַנגען פֿון לאָגל, און זי האָט אַװעקגעװאָרפֿן דאָס קינד אונטער אײנעם פֿון די בײמלעך, 16און זי איז אַװעק און האָט זיך געזעצט אַקעגנאיבער פֿאַר אַ בױגנשאָס װײַט, װאָרום זי האָט געזאָגט: לאָמיך נישט זען װי דאָס קינד שטאַרבט. און זי איז געזעסן אַקעגנאיבער, און האָט אױפֿגעהױבן איר קֹול און האָט געװײנט. 17האָט אלֹקים געהערט דעם קֹול פֿון דעם ייִנגל, און דער מלאך#21‏.17 רבי מלך המשיח די פֿאַרקערפּערונג פֿון דעם דרך־החײם באַװיזן װי דער מלאך פֿון ה׳ אין ברֵאשִית 16‏.13 22‏.14 שְמוֹת 3‏.14 שוֹפֿטִים 6‏.22 שוֹפֿטִים 13‏.18‏-22‏ פֿון ה׳ האָט גערופֿן צו הָגָרן פֿון הימל, און האָט צו איר געזאָגט: װאָס איז דיר, הָגָר? זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרום ה׳ האָט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון דעם ייִנגל װוּ ער איז דאָרט. 18שטײ אױף, הײב אױף דעם ייִנגל, און האַלט אים צו מיט דײַן האַנט; װאָרום פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק װעל איך אים מאַכן.
19און אלֹקים האָט אױפֿגעעפֿנט אירע אױגן, און זי האָט דערזען אַ ברונעם װאַסער, און זי איז געגאַנגען און האָט אָנגעפֿילט דעם לאָגל מיט װאַסער, און געגעבן טרינקען דעם ייִנגל.
20און אלֹקים איז געװען מיטן ייִנגל, און ער איז אױפֿגעװאַקסן, און איז געזעסן אין מדבר, און איז געװען אַ בױגנשיסער. 21און ער איז געזעסן אין מדבר פּאָרָן; און זײַן מוטער האָט אים גענומען אַ װײַב פֿון לאַנד מִצרַיִם.
22און עס איז געװען אין יענער צײַט, האָט אַבֿימֶלֶך און פּיכול דער האַר פֿון זײַן חיל געזאָגט צו אבֿרהמען, אַזױ צו זאָגן: אלֹקים איז מיט דיר אין אַלץ װאָס דו טוסט; 23דערום שװער מיר דאָ אַצונד בײַ אלֹקים, אױב דו װעסט פֿעלשן אָן מיר, אָדער אָן מײַן זון, אָדער אָן מײַן אײניקל; אַזױ װי דער חֶסֶד װאָס איך האָב געטאָן מיט דיר, זאָלסטו טאָן מיט מיר, און מיט דעם לאַנד װאָס דו האָסט זיך אױפֿגעהאַלטן דרינען.
24האָט אבֿרהם געזאָגט: איך װעל שװערן. 25אָבער אבֿרהם האָט פֿאָרגעהאַלטן אַבֿימֶלֶכן װעגן דעם ברונעם װאַסער, װאָס די קנעכט פֿון אַבֿימֶלֶכן האָבן געגזלט. 26האָט אַבֿימֶלֶך געזאָגט: איך װײס נישט װער עס האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך; װאָרום נישט דו האָסט מיר צו מאָל דערצײלט, און נישט איך האָב עס צו מאָל געהערט אַחוץ הײַנט.
27האָט אבֿרהם גענומען שאָף און רינדער, און געגעבן אַבֿימֶלֶכן, און זײ האָבן בײדע געשלאָסן {כרת}#21‏.27 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 אַ בְּרִית. 28און אבֿרהם האָט אַװעקגעשטעלט זיבן לעמער פֿון די שאָף באַזונדער. 29האָט אַבֿימֶלֶך געזאָגט צו אבֿרהמען: װאָס זײַנען די דאָזיקע לעמער, װאָס דו האָסט אַװעקגעשטעלט באַזונדער? 30האָט ער געזאָגט: פֿאַר װאָר, די זיבן לעמער מוסטו נעמען פֿון מײַן האַנט, כּדי דאָס זאָל מיר זײַן צום עדות, אַז איך האָב געגראָבן דעם דאָזיקן ברונעם. 31דערום האָט מען גערופֿן יענעם אָרט באֵר-שֶבַֿע, װײַל דאָרטן האָבן זײ בײדע זיך געגעבן אַ שבֿועה.
32אַזױ האָבן זײ געשלאָסן {כרת}#21‏.32 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 אַ בְּרִית אין באֵר-שֶבַֿע; און אַבֿימֶלֶך און פּיכול דער האַר פֿון זײַן חיל זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און האָבן זיך אומגעקערט אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים. 33און ער האָט געפֿלאַנצט אַ טאַמאַריסקנבױם אין באֵר-שֶבַֿע, און האָט דאָרטן גערופֿן צו דעם נאָמען פֿון ה׳,#יוֹאֵל 3‏.5 דעם אײביקן ג-ט.
34און אבֿרהם האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים פֿיל טעג.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in