YouVersion Logo
Search Icon

ברֵאשִית כד

כד
1און אבֿרהם איז געװאָרן אַלט און באַטאָגט; און ה׳ האָט געבענטשט אבֿרהמען מיט אַלצדינג. 2האָט אבֿרהם געזאָגט צו זײַן קנעכט, דעם עלטסטן פֿון זײַן הױז, װאָס האָט געװעלטיקט איבער אַלץ װאָס ער האָט געהאַט: טו, איך בעט דיך, דײַן האַנט אונטער מײַן דיך, 3און איך װעל דיך באַשװערן בײַ ה׳ דעם ג-ט פֿון הימל און דעם ג-ט פֿון דער ערד, אַז דו זאָלסט נישט נעמען אַ װײַב פֿאַר מײַן זון פֿון די טעכטער פֿון דעם כּנַעֲני װאָס איך זיץ צװישן אים. 4נײערט צו מײַן לאַנד און צו מײַן אָפּשטאַם זאָלסטו גײן, און נעמען אַ װײַב פֿאַר מײַן זון, פֿאַר יִצחָקן.
5האָט דער קנעכט צו אים געזאָגט: טאָמער װעט די פֿרױ נישט װעלן גײן נאָך מיר אין דעם היגן לאַנד; זאָל איך נישט אַנדערש אומקערן דײַן זון צו דעם לאַנד װאָס דו ביסט פֿון דאָרטן אַרױסגעגאַנגען?
6האָט אבֿרהם צו אים געזאָגט: היט דיך, זאָלסט נישט אומקערן מײַן זון אַהין. 7ה׳ אלוקי הימל, װאָס האָט מיך אַרױסגענומען פֿון דעם הױז פֿון מײַן פֿאָטער, און פֿון דעם לאַנד פֿון מײַן געבורט, און װאָס האָט צו מיר גערעדט, און װאָס האָט מיר געשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען װעל איך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד – ער װעט שיקן זײַן מלאך דיר פֿאַרױס, און װעסט קריגן אַ װײַב פֿאַר מײַן זון פֿון דאָרטן. 8און אױב די פֿרױ װעט נישט װעלן גײן נאָך דיר, װעסטו זײַן פֿרײַ פֿון דער דאָזיקער שבֿועה מײַנער; אָבער זאָלסט נישט אומקערן מײַן זון אַהין.
9האָט דער קנעכט געטאָן זײַן האַנט אונטער דעם דיך פֿון זײַן האַר אבֿרהמען, און ער האָט אים געשװאָרן אױף דער דאָזיקער זאַך.
10און דער קנעכט האָט גענומען צען קעמלען פֿון די קעמלען פֿון זײַן האַר, און איז אַװעקגעגאַנגען מיט אַלעם בעסטן פֿון זײַן האַר אין זײַן האַנט; און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען קײן אַרַם-נַהרַיִם, צו דער שטאָט פֿון נָחוֹרן. 11און ער האָט געמאַכט קניען די קעמלען אױסן שטאָט בײַם ברונעם װאַסער, אין אָװנט-צײַט, אין דער צײַט װאָס די שעפּערינס גײען אַרױס. 12און ער האָט געזאָגט: ה׳, אלֹקים פֿון מײַן האַר אבֿרהמען, ביטע לאָזן מיר מצליח זײַן הײַנט, איך בעט דיך, און טו חֶסֶד מיט מײַן האַר אבֿרהמען. 13אָט שטײ איך בײַם קװאַל װאַסער, און די טעכטער פֿון די שטאָטלײַט קומען אַרױס שעפּן װאַסער; 14זאָל זײַן, אַז די מײדל װאָס איך װעל צו איר זאָגן: בײג אײַן, איך בעט דיך, דײַן קרוג, און לאָמיך טרינקען, און זי װעט זאָגן: טרינק, און אױך דײַנע קעמלען װעל איך אָנטרינקען, האָסטו זי באַשערט פֿאַר דײַן קנעכט יִצחָקן, און דערמיט װעל איך װיסן אַז דו האָסט געטאָן חֶסֶד מיט מײַן האַר.
15און עס איז געװען, אײדער נאָך ער האָט געענדיקט רעדן, ערשט רבקה קומט אַרױס – די װאָס איז געבאָרן געװאָרן בײַ בתואֵל דעם זון פֿון מִלכָּה, דער װײַב פֿון נָחוֹר, אבֿרהמס ברודער – מיט איר קרוג אױף איר אַקסל. 16און די מײדל איז געװען זײער שײן פֿון אױסזען, אַ יונגפֿרױ#24‏.16 זען ברֵאשִית 24‏.43 װוּ עלמה דאָ איז סינאָנים אָט פֿאַר יונגפֿרױ (יונג בתוּלה). נבֿואה פֿון משיח בן דָוִד; זען הערה יְשַעְיָה 7‏.14. (בתוּלה) װאָס קײן מאַן האָט נאָך זי נישט געקענט; און זי האָט אַראָפּגענידערט צום קװאַל, און האָט אָנגעפֿילט איר קרוג, און איז אַרױפֿגעקומען. 17איז דער קנעכט איר געלאָפֿן אַנטקעגן, און האָט געזאָגט: לאָז מיך אַ זופּ טאָן, איך בעט דיך, אַ ביסל װאַסער פֿון דײַן קרוג. 18האָט זי געזאָגט: טרינק מײַן האַר; און זי האָט אױף גיך אַראָפּגעלאָזט איר קרוג אױף איר האַנט, און האָט אים געגעבן טרינקען. 19און אַז זי האָט געענדיקט אים געבן טרינקען, האָט זי געזאָגט: אױך פֿאַר דײַנע קעמלען װעל איך אָנשעפּן, ביז זײ האָבן געענדיקט טרינקען.
20און זי האָט אױף גיך אױסגעלײדיקט איר קרוג אין דער קאָריטע, און איז װידער געלאָפֿן צום ברונעם אָנשעפּן, ביז זי האָט אָנגעשעפּט פֿאַר אַלע זײַנע קעמלען. 21און דער מאַן קוקט זי אָן שװײַגעדיק, צו װיסן אױב ה׳ האָט באַגליקט זײַן װעג אָדער נישט. 22און עס איז געװען, װי די קעמלען האָבן געענדיקט טרינקען, אַזױ האָט דער מאַן גענומען אַ גילדערנעם נאָזרינג װאָס זײַן װאָג איז געװען אַ בקַע, און צװײ אָרעמבענדער פֿאַר אירע הענט, װאָס זײער װאָג איז געװען צען גאָלדשטיק. 23און ער האָט געזאָגט: װעמעס טאָכטער ביסטו? זאָג מיר, איך בעט דיך, איז דאָ אין דײַן פֿאָטערס הױז אַן אָרט פֿאַר אונדז צום נעכטיקן?
24האָט זי צו אים געזאָגט: איך בין די טאָכטער פֿון בתואֵל דעם זון פֿון מִלכָּהן, װאָס זי האָט געבאָרן נָחוֹרן. 25און זי האָט צו אים געזאָגט: אי שטרױ אי פֿוטער אַ סך איז דאָ בײַ אונדז, אי אַן אָרט צום נעכטיקן.
26האָט דער מאַן זיך גענײַגט און זיך געבוקט#דָניאֵל 7‏.14 צו ה׳. 27און ער האָט געזאָגט: ברוך ה׳ דער ג-ט פֿון מײַן האַר אבֿרהמען, װאָס האָט נישט פֿאַרלאָזן זײַן חֶסֶד און זײַן טרײַשאַפֿט צו מײַן האַר; מיך האָט ה׳ געפֿירט אױף דעם װעג צו דעם הױז פֿון מײַן האַרס ברידער.
28און די מײדל איז געלאָפֿן, און האָט דערצײלט אין איר מוטערס הױז די דאָזיקע זאַכן. 29און רבקה האָט געהאַט אַ ברודער װאָס זײַן נאָמען איז געװען לָבָֿן; איז לָבָֿן אַרױסגעלאָפֿן צו דעם מאַן דרױסן צום קװאַל. 30און עס איז געװען, װי ער האָט דערזען דעם נאָזרינג, און די אָרעמבענדער אױף די הענט פֿון זײַן שװעסטער, און װי ער האָט געהערט די װערטער פֿון זײַן שװעסטער רבקהן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ און אַזױ האָט דער מאַן צו מיר גערעדט – איז ער געקומען צו דעם מאַן װי ער שטײט בײַ די קעמלען לעבן קװאַל, 31און ער האָט געזאָגט: קום, געבענטשטער פֿון ה׳, פֿאַר װאָס שטײסטו דרױסן? איך האָב דאָך אױפֿגעראַמט דאָס הױז, און אַן אָרט פֿאַר די קעמלען.
32איז דער מאַן אַרײַנגעגאַנגען אין הױז; און ער האָט אָפּגעבונדן די קעמלען, און האָט דערלאַנגט שטרױ און פֿוטער פֿאַר די קעמלען, און װאַסער צו װאַשן זײַנע פֿיס, און די פֿיס פֿון די מענטשן װאָס מיט אים. 33און עס איז געשטעלט געװאָרן פֿאַר אים צום עסן, אָבער ער האָט געזאָגט: איך װעל נישט עסן, ביז איך האָב גערעדט מײַנע רײד. האָט ער געזאָגט: רעד.
34האָט ער געזאָגט: דער קנעכט פֿון אבֿרהמען בין איך. 35און ה׳ האָט זײער געבענטשט מײַן האַר, און ער איז געװאָרן רײַך; און ער האָט אים געגעבן שאָף און רינדער, און זילבער און גאָלד, און קנעכט און דינסטן, און קעמלען און אײזלען. 36און שׂרה, מײַן האַרס װײַב, האָט געבאָרן אַ זון צו מײַן האַר אױף איר עלטער; און ער האָט אים אַװעקגעגעבן אַלץ װאָס ער האָט געהאַט. 37און מײַן האַר האָט מיך באַשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט נישט נעמען אַ װײַב פֿאַר מײַן זון פֿון די טעכטער פֿון דעם כּנַעֲני װאָס איך זיץ אין זײַן לאַנד. 38נישט אַנדערש נאָר צו מײַן פֿאָטערס הױז זאָלסטו גײן, און צו מײַן משפּחה, און נעמען אַ װײַב פֿאַר מײַן זון. 39האָב איך געזאָגט צו מײַן האַר: טאָמער װעט די פֿרױ נישט װעלן גײן מיט מיר? 40האָט ער צו מיר געזאָגט: ה׳ װאָס איך בין געגאַנגען פֿאַר אים, װעט שיקן זײַן מלאך מיט דיר, און װעט באַגליקן דײַן װעג, און װעסט קריגן אַ װײַב פֿאַר מײַן זון, פֿון מײַן משפּחה און פֿון מײַן פֿאָטערס הױז. 41דענצמאָל װעסטו פֿרײַ זײַן פֿון מײַן שבֿועה, אַז דו װעסט קומען צו מײַן משפּחה; און אױב זײ װעלן דיר נישט געבן, װעסטו אױך פֿרײַ זײַן פֿון מײַן שבֿועה. 42בין איך געקומען הײַנט צום קװאַל, און האָב געזאָגט: ה׳, ג-ט פֿון מײַן האַר אבֿרהמען, אױב דו װילסט, איך בעט דיך, באַגליקן מײַן װעג װאָס איך גײ אױף אים: 43אָט שטײ איך בײַם קװאַל װאַסער; און עס זאָל זײַן, אַז די יונגפֿרױ {הָעַלְמָה}#24‏.43 זען ברֵאשִית 24‏.16 װוּ עלמה דאָ איז סינאָנים אָט פֿאַר יונגפֿרױ (יונג בתוּלה). נבֿואה פֿון משיח בן דָוִד; זען הערה יְשַעְיָה 7‏.14 װאָס קומט אַרױס שעפּן, און איך װעל זאָגן צו איר: גיב מיר טרינקען, איך בעט דיך, אַ ביסל װאַסער פֿון דײַן קרוג, 44און זי װעט זאָגן צו מיר: אי דו טרינק, אי פֿאַר דײַנע קעמלען װעל איך אָנשעפּן, זאָל זי זײַן די װײַב, װאָס ה׳ האָט באַשערט פֿאַר מײַן האַרס זון. 45נאָך אײדער איך ענדיק רעדן צו מײַן האַרצן, ערשט רבקה קומט אַרױס מיט איר קרוג אױף איר אַקסל; און זי האָט אַראָפּגענידערט צום קװאַל און האָט אָנגעשעפּט. האָב איך צו איר געזאָגט: גיב מיר טרינקען, איך בעט דיך. 46האָט זי אױף גיך אַראָפּגעלאָזט איר קרוג פֿון זיך, און האָט געזאָגט: טרינק, און אױך דײַנע קעמלען װעל איך אָנטרינקען. האָב איך געטרונקען, און אױך די קעמלען האָט זי אָנגעטרונקען. 47האָב איך זי געפֿרעגט און האָב געזאָגט: װעמעס טאָכטער ביסטו? האָט זי געזאָגט: די טאָכטער פֿון בתואֵל דעם זון פֿון נָחוֹרן, װאָס מִלכָּה האָט געבאָרן צו אים. און איך האָב אָנגעטאָן דעם נאָזרינג אױף איר נאָז, און די אָרעמבענדער אױף אירע הענט. 48און איך האָב מיך גענײַגט און מיך געבוקט צו ה׳, און איך האָב געלױבט ה׳ דעם ג-ט פֿון מײַן האַר אבֿרהמען, װאָס האָט מיך געפֿירט אױפֿן ריכטיקן װעג צו קריגן די טאָכטער פֿון מײַן האַרס אַן אײגענעם פֿאַר זײַן זון. 49און אַצונד, אױב איר װילט טאָן אַ חֶסֶד און אַ טרײַשאַפֿט מיט מײַן האַר, זאָגט מיר; און אױב נישט, זאָגט מיר; און איך װעל מיך קערן אױף רעכטס אָדער אױף לינקס.
50האָט געענטפֿערט לָבָֿן און בתואֵל, און זײ האָבן געזאָגט: די זאַך איז אַרױס פֿון ה׳; מיר קענען נישט רעדן צו דיר שלעכטס אָדער גוטס. 51אָט איז רבקה פֿאַר דיר, נעם און גײ, און זאָל זי זײַן אַ װײַב צו דעם זון פֿון דײַן האַר, אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט.
52און עס איז געװען, װי דער קנעכט פֿון אבֿרהמען האָט געהערט זײערע װערטער, אַזױ האָט ער זיך געבוקט צו דער ערד פֿאַר ה׳. 53און דער קנעכט האָט אַרױסגענומען זילבערנע זאַכן, און גילדערנע זאַכן, און קלײדער, און געגעבן רבקהן; אױך איר ברודער און איר מוטער האָט ער געגעבן טײַערע מתָּנות. 54און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען, ער און די מענטשן װאָס מיט אים; און זײ האָבן איבערגענעכטיקט; און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, און ער האָט געזאָגט: שיקט מיך אַװעק צו מײַן האַר.
55האָט געזאָגט איר ברודער און איר מוטער: זאָל די מײדל בלײַבן בײַ אונדז אַ (אײניקע) טעג אָדער צען, דערנאָך װעט זי גײן. 56האָט ער צו זײ געזאָגט: האַלט מיך נישט אױף, אַז ה׳ האָט באַגליקט מײַן װעג. שיקט מיך אַװעק, און לאָמיך גײן צו מײַן האַר. 57האָבן זײ געזאָגט: מיר װעלן רופֿן די מײדל, און מיר װעלן פֿרעגן איר מױל. 58האָבן זײ גערופֿן רבקהן, און האָבן צו איר געזאָגט: װילסטו גײן מיט דעם דאָזיקן מאַן? האָט זי געזאָגט: איך װיל גײן.
59האָבן זײ אַרױסבאַלײט זײער שװעסטער רבקהן, און איר נאַם, און אבֿרהמס קנעכט, און זײַנע מענטשן. 60און זײ האָבן געבענטשט רבקהן, און האָבן צו איר געזאָגט: אונדזער שװעסטער, דו זאָלסט װערן צו טױזנטער מאָל צען טױזנט, און דײַן זאָמען זאָל אַרבן דעם טױער פֿון זײַנע פֿײַנט. 61און רבקה איז אױפֿגעשטאַנען מיט אירע מײדלעך, און זײ האָבן זיך אַרױפֿגעזעצט אױף די קעמלען, און זײַנען געגאַנגען נאָך דעם מאַן. און דער קנעכט האָט גענומען רבקהן, און איז אַװעקגעגאַנגען.
62און יִצחָק איז אָנגעקומען פֿון װוּ מע גײט קײן באֵר-לַחַי-רוֹאי, װאָרום ער איז געזעסן אין לאַנד פֿון דָרום – 63און יִצחָק איז אַרױסגעגאַנגען זיך דורכצוגײן אין פֿעלד אַקעגן אָװנט – האָט ער אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן און האָט אַ קוק געטאָן, ערשט קעמלען קומען אָן. 64און רבקה האָט אױפֿגעהױבן אירע אױגן, און האָט דערזען יִצחָקן, און זי האָט זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון קעמל. 65און זי האָט געזאָגט צו דעם קנעכט: װער איז יענער מאַן װאָס גײט אין פֿעלד אונדז אַנטקעגן? האָט דער קנעכט געזאָגט: דאָס איז מײַן האַר. האָט זי גענומען דעם שלײער, און האָט זיך פֿאַרדעקט.
66און דער קנעכט האָט דערצײלט יִצחָקן אַלע זאַכן װאָס ער האָט געטאָן. 67און יִצחָק האָט זי אַרײַנגעבראַכט אין דעם געצעלט פֿון זײַן מוטער שׂרהן. און ער האָט גענומען רבקהן, און זי איז אים געװאָרן פֿאַר אַ װײַב; און ער האָט זי ליב געהאַט. און יִצחָק האָט זיך געטרײסט נאָך זײַן מוטער.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in