YouVersion Logo
Search Icon

ברֵאשִית כז

כז
1און עס איז געװען, אַז יִצחָק איז אַלט געװאָרן, און זײַנע אױגן זײַנען געװאָרן צו טונקל צו זען, האָט ער גערופֿן זײַן עלטערן זון עֵשָׂון, און האָט צו אים געזאָגט: מײַן זון! האָט ער צו אים געזאָגט: דאָ בין איך. 2האָט ער געזאָגט: זע נאָר, איך בין אַלט, איך װײס נישט דעם טאָג פֿון מײַן טױט.#יְשַעְיָה 53‏.10 3דערום נעם אַצונד, איך בעט דיך, דײַנע װאַפֿן, דײַן פֿײַלבײַטל און דײַן בױגן, און גײ אַרױס אין פֿעלד, און פֿאַנג מיר אַ געפֿאַנג; 4און מאַך מיר אַ מאכל אַזױ װי איך האָב ליב, און ברענג מיר, און איך װעל עסן; כּדי מײַן זעל זאָל דיך בענטשן אײדער איך שטאַרב.
5און רבקה האָט געהערט װי יִצחָק רעדט צו זײַן זון עֵשָׂון. און עֵשָׂו איז אַװעקגעגאַנגען אין פֿעלד, צו פֿאַנגען אַ געפֿאַנג אױף צו ברענגען. 6האָט רבקה געזאָגט צו איר זון יעקבֿן, אַזױ צו זאָגן: זע, איך האָב געהערט דײַן פֿאָטער רעדן צו דײַן ברודער עֵשָׂון, אַזױ צו זאָגן: 7ברענג מיר אַ געפֿאַנג, און מאַך מיר אַ מאכל, און איך װעל עסן, און איך װעל דיך בענטשן פֿאַר ה׳ פֿאַר מײַן טױט.#יְשַעְיָה 53‏.10 8איז אַצונד, מײַן זון, הער צו מײַן קֹול לױט װי איך באַפֿעל דיר. 9גײ אַקאָרשט צו די שאָף, און ברענג מיר פֿון דאָרטן צװײ גוטע ציגנבעקלעך, און איך װעל פֿון זײ מאַכן אַ מאכל פֿאַר דײַן פֿאָטער, אַזױ װי ער האָט ליב. 10און װעסט ברענגען צו דײַן פֿאָטער, ער זאָל עסן, כּדי ער זאָל דיך בענטשן פֿאַר זײַן טױט.#יְשַעְיָה 53‏.10
11האָט יעקבֿ געזאָגט צו זײַן מוטער רבקהן: זע, מײַן ברודער עֵשָׂו איז אַ מענטש אַ האָריקער, און איך בין אַ מענטש אַ גלאַטער. 12טאָמער װעט מיך מײַן פֿאָטער אָנטאַפּן, װעל איך זײַן אין זײַנע אױגן אַזױ װי אַן אָפּנאַרער, און איך װעל ברענגען אױף מיר אַ קללה, און נישט אַ ברכה.
13האָט זײַן מוטער צו אים געזאָגט: אױף מיר דײַן קללה, מײַן זון! נאָר הער צו מײַן קֹול, און גײ ברענג מיר.
14איז ער געגאַנגען, און האָט גענומען און געבראַכט צו זײַן מוטער, און זײַן מוטער האָט געמאַכט אַ מאכל אַזױ װי זײַן פֿאָטער האָט ליב געהאַט. 15און רבקה האָט גענומען די שענסטע בגדים פֿון איר עלטערן זון עֵשָׂון, װאָס זײַנען געװען בײַ איר אין הױז, און זי האָט אָנגעטאָן איר ייִנגערן זון יעקבֿן. 16און די פֿעלכלעך פֿון די ציגנבעקלעך האָט זי אָנגעטאָן אױף זײַנע הענט און אױף זײַן גלאַטן האַלדז. 17און זי האָט געגעבן דעם מאכל און דאָס ברױט װאָס זי האָט געמאַכט, אין דער האַנט פֿון איר זון יעקבֿן.
18און ער איז געקומען צו זײַן פֿאָטער, און האָט געזאָגט: פֿאָטער מײַנער! האָט ער געזאָגט: דאָ בין איך; װער ביסטו מײַן זון? 19האָט יעקבֿ געזאָגט צו זײַן פֿאָטער: איך בין עֵשָׂו דײַן בכוֹר; איך האָב געטאָן אַזױ װי דו האָסט מיר געהײסן. הײב דיך אױף, איך בעט דיך, זעץ דיך, און עס פֿון מײַן געפֿאַנג, כּדי דײַן זעל זאָל מיך בענטשן. 20האָט יִצחָק געזאָגט צו זײַן זון: װי האָסטו עפּעס אַזױ גיך געפֿונען, מײַן זון? האָט ער געזאָגט: װײַל ה׳ דײַן ג-ט האָט מיר צוגעשיקט אַ טראַף. 21האָט יִצחָק געזאָגט צו יעקבֿן: גענען, איך בעט דיך, און לאָמיך דיך אָנטאַפּן, מײַן זון, אױב דו ביסט דאָס מײַן זון עֵשָׂו, אָדער נישט. 22האָט יעקבֿ גענענט צו זײַן פֿאָטער יִצחָקן, און ער האָט אים אָנגעטאַפּט, און האָט געזאָגט: דער קֹול איז דער קֹול פֿון יעקבֿן, אָבער די הענט זײַנען די הענט פֿון עֵשָׂון. 23און ער האָט אים נישט דערקענט, װײַל זײַנע הענט זײַנען געװען האָריק, אַזױ װי די הענט פֿון זײַן ברודער עֵשָׂון; און ער האָט אים געבענטשט. 24און ער האָט געזאָגט: דו ביסט דאָס מײַן זון עֵשָׂו? האָט ער געזאָגט: איך בין עס.
25האָט ער געזאָגט: דערלאַנג מיר, און איך װעל עסן פֿון מײַן זונס געפֿאַנג, כּדי מײַן זעל זאָל דיך בענטשן. האָט ער אים דערלאַנגט, און ער האָט געגעסן; און ער האָט אים געבראַכט װײַן, און ער האָט געטרונקען. 26און זײַן פֿאָטער יִצחָק האָט געזאָגט צו אים: גענען, איך בעט דיך, און טו מיך אַ קוש, מײַן זון. 27האָט ער גענענט, און האָט אים אַ קוש געטאָן. און ער האָט געשמעקט דעם ריח פֿון זײַנע בגדים, און האָט אים געבענטשט, און געזאָגט:
זע, דער ריח פֿון מײַן זון
איז װי דער ריח פֿון אַ פֿעלד
װאָס ה׳ האָט עס געבענטשט.
28און האלֹקים זאָל דיר געבן פֿון דעם טױ פֿון הימל,
און פֿון די פֿעטקײטן פֿון דער ערד,
און פֿיל תּבֿואה און װײַן.
29פֿעלקער זאָלן דיר דינען,
און אומות זאָלן זיך בוקן צו דיר.
זײַ אַ האַר איבער דײַנע ברידער,
און די זין פֿון דײַן מוטער זאָלן זיך בוקן צו דיר.
פֿאַרשאָלטן די װאָס שילטן דיך,
און געבענטשט די װאָס בענטשן דיך!
30און עס איז געװען, אַז יִצחָק האָט געענדיקט בענטשן יעקבֿן, איז װי נאָר יעקבֿ איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר זײַן פֿאָטער יִצחָקן, אַזױ איז זײַן ברודער עֵשָׂו אָנגעקומען פֿון זײַן געיעג. 31און ער אױך האָט געמאַכט אַ מאכל און געבראַכט צו זײַן פֿאָטער; און ער האָט געזאָגט צו זײַן פֿאָטער: זאָל מײַן פֿאָטער אױפֿשטײן, און עסן פֿון זײַן זונס געפֿאַנג, כּדי דײַן זעל זאָל מיך בענטשן. 32האָט זײַן פֿאָטער יִצחָק צו אים געזאָגט: װער ביסטו? האָט ער געזאָגט: איך בין דײַן זון, דײַן בכוֹר עֵשָׂו. 33האָט יִצחָק געציטערט זײער אַ גרױס ציטערניש און ער האָט געזאָגט: הײַנט װער איז דער װאָס האָט געפֿאַנגען אַ געפֿאַנג און מיר געבראַכט, און איך האָב געגעסן פֿון אַלץ אײדער דו ביסט געקומען, און איך האָב אים געבענטשט? ער װעט אױך זײַן געבענטשט.
34װי עֵשָׂו האָט געהערט די װערטער פֿון זײַן פֿאָטער, אַזױ האָט ער אױסגעשריען אַ זײער גרױס און ביטער געשרײ, און ער האָט געזאָגט צו זײַן פֿאָטער: בענטש מיך אױך, מײַן פֿאָטער. 35האָט ער געזאָגט: דײַן ברודער איז געקומען מיט באַטרוג, און האָט צוגענומען דײַן ברכה. 36האָט ער געזאָגט: צי דען רופֿט מען זײַן נאָמען יעקבֿ, װײַל ער האָט מיר שױן צװײ מאָל אױסגענאַרט? מײַן בכוֹרה האָט ער צוגענומען, און אָט האָט ער אַצונד צוגענומען מײַן ברכה. און ער האָט געזאָגט: האָסטו נישט באַהאַלטן פֿאַר מיר אַ ברכה? 37האָט יִצחָק געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו עֵשָׂון: זע, איך האָב אים געמאַכט פֿאַר אַ האַר איבער דיר, און אַלע זײַנע ברידער האָב איך אים געגעבן פֿאַר קנעכט, און מיט תּבֿואה און װײַן האָב איך אים פֿאַרזאָרגט, און פֿאַר דיר, װאָס קען איך דען טאָן, מײַן זון? 38האָט עֵשָׂו געזאָגט צו זײַן פֿאָטער: איז דאָס די אײנציקע ברכה בײַ דיר, מײַן פֿאָטער? בענטש מיך אױך, מײַן פֿאָטער. און עֵשָׂו האָט אױפֿגעהױבן זײַן קֹול און האָט געװײנט. 39האָט זײַן פֿאָטער יִצחָק זיך אָפּגערופֿן און האָט צו אים געזאָגט:
זע, װײַט פֿון די פֿעטקײטן פֿון דער ערד װעט זײַן דײַן װױנונג,
און אָן דעם הימלס טױ פֿון אױבן;
40און אױף דײַן שװערד װעסטו לעבן,
און דײַן ברודער װעסטו דינען;
און עס װעט זײַן, אַז דו װעסט זיך אָפּרײַסן,
װעסטו אַראָפּװאַרפֿן זײַן יאָך פֿון דײַן האַלדז.
41און עֵשָׂו האָט פֿײַנט געקריגן יעקבֿן איבער דער ברכה װאָס זײַן פֿאָטער האָט אים געבענטשט, און עֵשָׂו האָט געזאָגט בײַ זיך אין האַרצן: זאָלן אָנקומען די טרױערטעג נאָך מײַן פֿאָטער, און איך װעל הרגען מײַן ברודער יעקבֿן.
42זײַנען דערצײלט געװאָרן רבקהן די װערטער פֿון איר עלטערן זון עֵשָׂון, און זי האָט געשיקט און האָט גערופֿן איר ייִנגערן זון יעקבֿן, און האָט צו אים געזאָגט: זע, דײַן ברודער עֵשָׂו טרײסט זיך װעגן דיר, אַז ער װעט דיך הרגען. 43און אַצונד, מײַן זון, הער צו מײַן קֹול, און שטײ אױף, אַנטלױף דיר צו מײַן ברודער לָבָֿנען קײן חָרָן. 44און װעסט זיצן בײַ אים עטלעכע טעג, ביז װאַנען דער גרימצאָרן פֿון דײַן ברודער װעט אָפּגײן; 45ביז דער כּעס פֿון דײַן ברודער װעט זיך אָפּקערן פֿון דיר, און ער װעט פֿאַרגעסן װאָס דו האָסט אים געטאָן; און איך װעל שיקן, און װעל דיך אָפּנעמען פֿון דאָרטן. נאָך װאָס זאָל איך אָנװערן אײַך בײדן אין אײן טאָג?
46און רבקה האָט געזאָגט צו יִצחָקן: מײַן לעבן איז מיר נִמאס פֿון װעגן די טעכטער פֿון חֵת; אױב יעקבֿ נעמט אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון חֵת, אַזױ װי די דאָזיקע, פֿון די טעכטער פֿון לאַנד, װאָס טױג מיר דאָס לעבן?

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in