YouVersion Logo
Search Icon

ברֵאשִית לג

לג
1און יעקבֿ האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט אַ קוק געטאָן, ערשט עֵשָׂו קומט אָן, און פֿיר הונדערט מאַן מיט אים; האָט ער אײַנגעטײלט די קינדער צו לאהן, און צו רחלען, און צו די צװײ דינסטן. 2און ער האָט געשטעלט די דינסטן און זײערע קינדער צוערשט, און לאהן און אירע קינדער הינטער זײ, און רחלען און יוֹספֿן די לעצטע. 3און ער איז אַװעק זײ פֿאַרױס, און ער האָט זיך געבוקט צו דער ערד זיבן מאָל ביז ער האָט גענענט צו זײַן ברודער.
4איז עֵשָׂו אים געלאָפֿן אַנטקעגן, און ער האָט אים אַרומגענומען, און איז אים געפֿאַלן אױפֿן האַלדז, און האָט אים געקושט, און זײ האָבן געװײנט. 5און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט געזען די װײַבער און די קינדער, און ער האָט געזאָגט: װער זײַנען די דאָזיקע בײַ דיר? האָט ער געזאָגט: די קינדער מיט װאָס אלֹקים האָט געלײַטזעליקט דײַן קנעכט.
6האָבן גענענט די דינסטן, זײ און זײערע קינדער, און האָבן זיך געבוקט. 7און אױך לאה און אירע קינדער האָבן גענענט, און האָבן זיך געבוקט; און דערנאָך האָבן גענענט יוֹסף און רחל, און האָבן זיך געבוקט.
8האָט ער געזאָגט: װאָס איז בײַ דיר די דאָזיקע גאַנצע מחנה װאָס איך האָב באַגעגנט? האָט ער געזאָגט: צו געפֿינען חֵן אין די אױגן פֿון מײַן האַר. 9האָט עֵשָׂו געזאָגט: איך האָב גענוג, מײַן ברודער, זאָל בלײַבן בײַ דיר װאָס בײַ דיר. 10האָט יעקבֿ געזאָגט: נײן, איך בעט דיך; אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, זאָלסטו אָננעמען מײַן מתּנה פֿון מײַן האַנט, װאָרום איך האָב געזען דײַן פּנים, אַזױ װי מע זעט דעם פּנים פֿון אלֹקים, און דו האָסט מיך באַװיליקט. 11נעם אָן, איך בעט דיך, מײַן געשאַנק װאָס איז דיר געבראַכט געװאָרן, װײַל אלֹקים האָט מיך געלײַטזעליקט, און װײַל בײַ מיר איז דאָ פֿון אַלעם. און ער איז צוגעשטאַנען צו אים, ביז ער האָט אָנגענומען.
12האָט ער געזאָגט: לאָמיר ציען און גײן, און איך װעל גײן לעבן דיר. 13האָט ער צו אים געזאָגט: מײַן האַר מערקט אַז די קינדער זײַנען יונג, און די שאָף און די רינדער זײַנען בײַ מיר זײגעדיקע, און אַז מע װעט זײ צוטרײַבן אײן טאָג, װעלן אױסשטאַרבן אַלע שאָף. 14זאָל, איך בעט דיך, מײַן האַר אַװעקגײן פֿאַרױס פֿאַר זײַן קנעכט, און איך װעל מיר ציען פּאַמעלעך נאָך די טריט פֿון דעם פֿיך װאָס פֿאַר מיר, און נאָך די טריט פֿון די קינדער, ביז װאַנען איך װעל קומען צו מײַן האַר קײן שֵׂעִיר. 15האָט עֵשָׂו געזאָגט: לאָמיך אָפּשטעלן בײַ דיר פֿון דעם פֿאָלק װאָס מיט מיר. האָט ער געזאָגט: נאָך װאָס גאָר זאָל איך געפֿינען חֵן אין די אױגן פֿון מײַן האַר?
16און עֵשָׂו האָט זיך אומגעקערט אין יענעם טאָג אױף זײַן װעג קײן שֵׂעִיר. 17און יעקבֿ האָט אַװעקגעצױגן קײן סוכּוֹת, און ער האָט געבױט פֿאַר זיך אַ הױז, און פֿאַר זײַנע פֿיך האָט ער געמאַכט בײַדלעך; דערום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם אָרט סוכּוֹת.
18און יעקבֿ איז געקומען בשלום אין דער שטאָט שכֶם װאָס אין לאַנד כּנַעַן, װען ער איז געקומען פֿון פַּדַן-אַרָם; און ער האָט געלאַגערט פֿאַר דער שטאָט. 19און ער האָט אָפּגעקױפֿט דאָס שטיק פֿעלד װאָס ער האָט דאָרטן אױפֿגעשטעלט זײַן געצעלט, פֿון דער האַנט פֿון די קינדער פֿון חַמוֹר דעם פֿאָטער פֿון שכֶמען, פֿאַר הונדערט קשׂיטָה. 20און ער האָט דאָרטן אױפֿגעשטעלט אַ מזבח, און האָט אים גערופֿן אֵל-אֱלֹהֵי-יִשׂרָאֵל.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in