ברֵאשִית טו
טו
1נאָך די דאָזיקע געשעענישן איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו אבֿרמען אין אַ זעונגען, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט נישט מורא האָבן, אבֿרם, איך בין דיר אַ שילד; דײַן שׂכר איז זײער גרױס. 2האָט אבֿרם געזאָגט: ה׳ דו אֲדֹנָי, װאָס קענסטו מיר געבן, אַז איך גײ אַװעק אָן אַ קינד, און דער װירטשאַפֿטער פֿון מײַן הױז איז דער דַמֶשֶׂקער אֶליעֶזֶר? 3און אבֿרם האָט געזאָגט: זע, האָסט מיר קײן זאָמען נישט געגעבן, און אָט װעט אַ זון פֿון מײַן הױזגעזינט מיך ירשען. 4ערשט דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו אים, אַזױ צו זאָגן: נישט דער דאָזיקער װעט דיך ירשען, נאָר דער װאָס װעט אַרױסגײן פֿון דײַנע אינגעװײד, ער װעט דיך ירשען. 5און ער האָט אים אַרױסגעפֿירט דרױסן, און האָט געזאָגט: טו אַקאָרשט אַ קוק אױפֿן הימל, און צײל די שטערן, אױב דו קענסט זײ איבערצײלן. און ער האָט צו אים געזאָגט: אַזױ װעט זײַן דײַן זאָמען. – 6און ער האָט געגלױבט אין ה׳, און ער האָט עס גערעכנט פֿאַר צו אים צו אַ גערעכטיקײט.
7און ער האָט צו אים געזאָגט: איך בין ה׳ װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון אור-כַּשׂדים, דיר צו געבן דאָס דאָזיקע לאַנד, עס צו אַרבן. 8האָט ער געזאָגט: ה׳ דו אֲדֹנָי, מיט װאָס װעל איך װיסן אַז איך װעל עס אַרבן? 9האָט ער צו אים געזאָגט: נעם מיר אַ דרײַיאָריקע קו, און אַ דרײַיאָריקע ציג, און אַ דרײַיאָריקן װידער, און אַ טורטלטױב, און אַ יונגע טױב. 10האָט ער אים גענומען די אַלע, און האָט זײ איבערגעשניטן אין מיטן, און אַװעקגעלײגט אײן העלפֿט קעגן דער אַנדערער; נאָר די פֿױגלען האָט ער נישט איבערגעשניטן. 11האָבן די רױבפֿױגלען אַראָפּגענידערט אױף די פּגרים, אָבער אבֿרם האָט זײ אָפּגעטריבן.
12און װי די זון איז געװען בײַם אונטערגײן, אַזױ איז אַ טיפֿער שלאָף געפֿאַלן אױף אבֿרמען; ערשט אַן אימה, אַ גרױס פֿינצטערניש, פֿאַלט אָן אױף אים. 13און ה׳ האָט געזאָגט צו אבֿרמען: װיסן זאָלסטו װיסן זײַן אַז דײַנע קינדער װעלן זײַן פֿרעמדע אין אַ לאַנד װאָס נישט זײערס, און מע װעט זײ פֿאַרקנעכטן, און מע װעט זײ פּײַניקן פֿיר הונדערט יאָר. 14און אױך דאָס פֿאָלק װעמען זײ װעלן דינען, װעל איך משפּטן; און דערנאָך װעלן זײ אַרױסגײן מיט גרױס פֿאַרמעג. 15דו אָבער װעסט קומען צו דײַנע עלטערן בשלום; אין אַ גוטער עלטער װעסטו באַגראָבן װערן. 16און ערשט אין פֿירטן דור װעלן זײ זיך אומקערן אַהער, װאָרעם די זינד פֿון דעם אֶמוֹרי װעט נישט זײַן פֿאַרפֿול ביז דענצמאָל.
17און עס איז געװען, װי די זון איז אונטערגעגאַנגען, און עס איז געװאָרן שטאָקפֿינצטער, ערשט אַן אױװן מיט רױך, און אַ פֿלאַמפֿײַער װאָס איז דורכגעגאַנגען צװישן די דאָזיקע שטיקער. 18אין יענעם טאָג האָט ה׳ געשלאָסן אַ ברית מיט אבֿרמען, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען האָב איך געגעבן דאָס דאָזיקע לאַנד, פֿון דעם טײַך פֿון מִצרַיִם ביז דעם גרױסן טײַך, דעם טײַך פּרָת; 19דעם קֵיני, און דעם קנִזי, און דעם קַדמוני, 20און דעם חִתּי, און דעם פּרִזי, און די רפֿאים, 21און דעם אֶמוֹרי, און דעם כּנַעֲני, און דעם גִרגָשי, און דעם יבֿוסי.
Currently Selected:
ברֵאשִית טו: OYTORAH
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Torah
© Artists for Israel International, 2024.

: