יְהוֹשועַ ו
ו
1און יריחוֹ איז געװען פֿאַרשפּאַרט און פֿאַרשלאָסן פֿון װעגן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; נישט אַרױס און נישט אַרײַן.
2האָט ה׳ געזאָגט צו יְהוֹשועַן: זע, איך האָב געגעבן אין דײַן האַנט יריחוֹ און איר מלך, און די שטאַרקע גיבוֹרים. 3זאָלט איר, אַלע מלחמה-לײַט, אַרומגײן די שטאָט רונד אַרום אײן מאָל. אַזױ זאָלסטו טאָן זעקס טעג. 4און זיבן כּהנים זאָלן טראָגן זיבן שוֹפֿרות פֿון װידערס פֿאַר דעם אָרון; און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָלט איר אַרומגײן די שטאָט זיבן מאָל; און די כּהנים זאָלן בלאָזן אין די שוֹפֿרות. 5און עס װעט זײַן, װען מע גיט אַן אױסגעצױגענעם בלאָז מיטן האָרן פֿון װידער, װי איר הערט דעם קֹול פֿון שופֿר, זאָל דאָס גאַנצע פֿאָלק אױפֿהײבן אַ גרױסע שרײען, און די מױער פֿון דער שטאָט װעט אײַנפֿאַלן אונטער זיך, און דאָס פֿאָלק װעט אַרױפֿגײן איטלעכער גלײך אַרױף.
6האָט יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון גערופֿן די כּהנים, און ער האָט צו זײ געזאָגט: טראָגט דעם אָרון פֿון ברית, און זיבן כּהנים זאָלן טראָגן זיבן שוֹפֿרות פֿון װידערס פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳. 7און ער האָט געזאָגט צום פֿאָלק: ציט, און גײט אַרום די שטאָט, און די באַװאָפֿנטע זאָלן ציען פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳.
8איז געשען אַזױ װי יְהוֹשועַ האָט אָנגעזאָגט דעם פֿאָלק; און די זיבן כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן די זיבן שוֹפֿרות פֿון װידערס פֿאַר ה׳, האָבן געצױגן, און געבלאָזן אין די שוֹפֿרות, און דער אָרון פֿון ה׳ס ברית איז געגאַנגען נאָך זײ. 9און די באַװאָפֿנטע זײַנען געגאַנגען פֿאַר די כּהנים, װאָס האָבן געבלאָזן אין די שוֹפֿרות, און דער הינטער-חיל איז געגאַנגען נאָך דעם אָרון; געגאַנגען און געבלאָזן אין די שוֹפֿרות.
10און דעם פֿאָלק האָט יְהוֹשועַ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט נישט אױפֿהײבן אַ שרײען, און נישט לאָזן הערן אײַער קֹול, און אַ װאָרט זאָל נישט אַרױסגײן פֿון אײַער מױל, ביז דעם טאָג װאָס איך זאָג צו אײַך: אױפֿהײבן אַ גרױסע שרײען! דענצמאָל זאָלט איר אױפֿהײבן אַ גרױסע שרײען.
11און ער האָט געלאָזט דעם אָרון פֿון ה׳ אַרומגײן די שטאָט רונד אַרום אײן מאָל; און זײ זײַנען צוריקגעקומען אין לאַגער, און האָבן גענעכטיקט אין לאַגער.
12און יְהוֹשועַ האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי; און די כּהנים האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ה׳. 13און די זיבן כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן די זיבן שוֹפֿרות פֿון װידערס פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳, זײַנען געגאַנגען נאָכאַנאַנד און געבלאָזן אין די שוֹפֿרות, און די באַװאָפֿנטע זײַנען געגאַנגען זײ פֿאַרױס, און דער הינטער-חיל איז געגאַנגען נאָך דעם אָרון פֿון ה׳; געגאַנגען און געבלאָזן אין די שוֹפֿרות. 14אױך אױפֿן צװײטן טאָג זײַנען זײ אַרומגעגאַנגען די שטאָט אײן מאָל, און זיך אומגעקערט אין לאַגער. אַזױ האָבן זײ געטאָן זעקס טעג. 15און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג, האָבן זײ זיך געפֿעדערט װי דער פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען, און זײ זײַנען אַרומגעגאַנגען די שטאָט אױפֿן דאָזיקן שטײגער זיבן מאָל; 16בלױז אין יענעם טאָג זײַנען זײ אַרומגעגאַנגען די שטאָט זיבן מאָל. און עס איז געװען בײַם זיבעטן מאָל, האָבן די כּהנים געבלאָזן אין די שוֹפֿרות, און יְהוֹשועַ האָט געזאָגט צום פֿאָלק: אױפֿהײבן אַ גרױסע שרײען! װאָרעם ה׳ האָט אײַך געגעבן די שטאָט. 17און די דאָזיקע שטאָט זאָל זײַן חרם צו ה׳, זי און אַלץ װאָס אין איר; נאָר רָחָבֿ די זוֹנה זאָל בלײַבן לעבן, זי און אַלע װאָס בײַ איר אין הױז, װײַל זי האָט באַהאַלטן די שלוחים װאָס מיר האָבן געשיקט. 18און איר היט אײַך נאָר פֿון דעם חרם, איר זאָלט אַלײן נישט װערן חרם, אַז איר װעט נעמען פֿון דעם חרם, און מאַכן דעם לאַגער פֿון יִשׂרָאֵל צו חרם, און אים פֿאַראומגליקן. 19און דאָס גאַנצע זילבער און גאָלד, און קופּערנע און אײַזערנע כּלים, דאָס זאָל זײַן הײליק צו ה׳; אין שאַצקאַמער פֿון ה׳ זאָל עס אַרײַן.
20האָט דאָס פֿאָלק אױפֿהײבן אַ גרױסע שרײען, און מע האָט געבלאָזן אין די שוֹפֿרות. און עס איז געװען, װי דאָס פֿאָלק האָט געהערט דעם קֹול פֿון שופֿר, אַזױ האָט דאָס פֿאָלק אױפֿהײבן אַ גרױסע שרײען, און די מױער איז אײַנגעפֿאַלן אונטער זיך, און דאָס פֿאָלק איז אַרױפֿגעגאַנגען אין שטאָט איטלעכער גלײך אַרױף; און זײ האָבן באַצװוּנגען די שטאָט.
21און זײ האָבן פֿאַרװיסט אַלץ װאָס אין שטאָט, פֿון אַ מאַן ביז אַ פֿרױ, פֿון יונג ביז אַלט, און ביז אַן אָקס, און אַ שעפּס, און אַן אײזל, מיטן שאַרף פֿון שװערד.
22און צו די צװײ מענער װאָס האָבן אױסגעקוקט דאָס לאַנד האָט יְהוֹשועַ געזאָגט: גײט אַרײַן אין הױז פֿון דער פֿרױ דער זוֹנה, און פֿירט אַרױס פֿון דאָרטן די פֿרױ, און אַלע װאָס געהערן צו איר, אַזױ װי איר האָט איר געשװאָרן.
23זײַנען די יונגעלײַט די אױסקוקערס אַרײַנגעגאַנגען, און האָבן אַרױסגעפֿירט רָחָבֿן, און איר פֿאָטער און איר מוטער, און אירע ברידער, און אַלע װאָס האָבן געהערט צו איר, אױך איר גאַנצע משפּחה האָבן זײ אַרױסגעפֿירט, און זײ איבערגעלאָזט דערױסן פֿון לאַגער פֿון יִשׂרָאֵל. 24און די שטאָט האָבן זײ פֿאַרברענט אין פֿײַער מיט אַלץ װאָס אין איר; בלױז דאָס זילבער און דאָס גאָלד, און די קופּערנע און אײַזערנע כּלים, האָבן זײ אָפּגעגעבן אין שאַצקאַמער פֿון ה׳ס הױז. 25און רָחָבֿ די זוֹנה, און איר פֿאָטערס הױזגעזינט, און אַלע װאָס האָבן געהערט צו איר, האָט יְהוֹשועַ געלאָזט לעבן, און זי איז געבליבן צװישן יִשׂרָאֵל ביז אױף הײַנטיקן טאָג; װײַל זי האָט באַהאַלטן די שלוחים װאָס יְהוֹשועַ האָט געשיקט אױסצוקוקן יריחוֹ.
26און יְהוֹשועַ האָט באַשװאָרן אין יענער צײַט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרשאָלטן פֿאַר ה׳ דער מאַן װאָס װעט אױפֿשטײן און װעט אָפּבױען די דאָזיקע שטאָט יריחוֹ! מיט דעם לעבן פֿון זײַן בכוֹר זאָל ער לײגן איר גרונטפֿעסט, און מיט זײַן ייִנגסטן זאָל ער אַרײַנשטעלן אירע טירן.
27און ה׳ איז געװען מיט יְהוֹשועַן, און זײַן שֶם איז געװען אין גאַנצן לאַנד.
Currently Selected:
יְהוֹשועַ ו: OYNEVIIM
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025

: