מתתיהו 13

13
קאפיטל דרייצן
1אין יענעם טאג איז יהושע/ישוע ארויסגעגאנגען פון הויז, און האט זיך אנידערגעזעצט ביים ים. 2און גרויסע המונים מענטשן האבן זיך פארזאמלט צו אים, אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און האט זיך אנידערגעזעצט; און די גאנצע מאסע מענטשן איז געשטאנען ביים ברעג. 3און ער האט גערעדט צו זיי א סך זאכן מיט משלים, אזוי צו זאגן: זע, דער זייער איז ארויסגעגאנגען צו זייען; 4און בשעת ער האט געזייט, איז אביסל (פון דער זריעה) געפאלן ביים וועג, און די פייגל זענען געקומען און האבן עס איינגעשלונגען. 5אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף שטייניקע ערטער, וואו עס האט נישט געהאט קיין סך ערד; און עס האט באלד ארויסגעשפראצט, דערפאר וואס עס האט נישט געהאט קיין טיפע ערד; 6ווען אבער די זון איז אויפגעגאנגען, איז עס פארוועלקט געווארן, און צוליב דעם וואס עס האט נישט געהאט קיין ווארצל, איז עס פארדארט געווארן. 7און אן אנדער ביסל איז געפאלן צווישן די דערנער; און די דערנער זענען אויפגעוואקסן, און האבן עס דערשטיקט. 8אן אנדער ביסל איז אבער געפאלן אויף דער גוטער ערד, און עס האט געברענגט פרוכט, איינס הונדערטפאכיק, איינס זעכציקפאכיק, און איינס דרייסיקפאכיק. 9ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן!
10און די תלמידים זענען צוגעקומען, און האבן געזאגט צו אים: פארוואס רעדסטו צו זיי אין משלים? 11און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: ווייל צו אייך איז געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם מלכות השמים, צו יענע אבער איז עס נישט געגעבן געווארן. 12מחמת ווער עס האט, דעם וועט געגעבן ווערן, און ער וועט האבן א שפע; ווער אבער עס האט נישט, פון דעם וועט אויך אוועקגענומען ווערן, וואס ער האט יא. 13דערפאר רעד איך צו זיי אין משלים; ווייל זיי קוקן און זען דאך נישט, און הערן און הערן דאך נישט, און פארשטייען אויך נישט. 14און אויף זיי ווערט דערפילט ישעיהוס נבואה, וואס זאגט:
מיט די אויערן וועט איר הערן, און נישט פארשטיין,
און קוקנדיק וועט איר קוקן, און דאך נישט זען!
15מחמת פעט געווארן איז דאס הארץ פון דעם דאזיקן פאלק,
און מיט די אויערן הערן זיי שווער,
און זייערע אויגן האבן זיי צוגעמאכט;
טאמער וואלטן זיי געזען מיט די אויגן,
און מיט די אויערן געהערט,
און מיטן הארצן פארשטאנען,
און זיך אומגעקערט,
און איך וואלט זיי געהיילט.
(ישעיהו ו, ט-י.)
16אבער וואויל איז אייערע אויגן, ווייל זיי זען; און אייערע אויערן, ווייל זיי הערן. 17מחמת באמת זאג איך אייך, אז א סך נביאים און צדיקים האבן געגארט צו זען, וואס איר זעט, און האבן עס נישט געזען; און צו הערן, וואס איר הערט, און האבן עס נישט געהערט. 18דעריבער זאלט איר הערן דאס משל פון דעם זייער. 19ווען עמיצער הערט דאס ווארט פון דעם מלכות, און פארשטייט עס נישט, קומט דער נישט גוטער און רייסט אויס דאס, וואס איז געזייט געווארן אין זיין הארצן. דאס איז דער, וואס איז געזייט געווארן ביים וועג. 20און דער, וואס איז געזייט געווארן אויף שטייניקע ערטער, דאס איז דער, וואס הערט דאס ווארט, און נעמט עס גלייך אויף מיט שמחה; 21ער האט אבער נישט קיין שורש אין זיך, נאר איז לפי שעה. און קומט א צרה אדער רדיפה צוליב דעם ווארט, שטרויכלט ער באלד. 22און דער, וואס איז געזייט צווישן די דערנער, דאס איז דער, וואס הערט דאס ווארט, און די זארג פון דער וועלט, און די פארפירערישקייט פון עשירות דערשטיקט דאס ווארט, און עס בלייבט אָן פירות. 23דער אבער, וואס איז געזייט אויף דער גוטער ערד, דאס איז דער וואס הערט דאס ווארט, און פארשטייט עס; ער ברענגט שוין יא פירות, און איינער ברענגט הונדערטפאכיק, און איינער זעכציקפאכיק, און איינער דרייסיק.
24אן אנדער משל האט ער פאר זיי פארגעלייגט, אזוי צו זאגן: דאס מלכות השמים איז גלייך צו א מענטשן, וואס האט געזייט גוטן זאמען אין זיין פעלד. 25און בשעת די לייט זענען געשלאפן, איז געקומען זיין שונא און האט פארזייט אומקרויט צווישן דעם ווייץ, און איז אוועקגעגאנגען. 26און ווען דאס גראז האט אויפגעשפראצט, און געברענגט פרוכט, האט זיך דעמאלט אויך דאס אומקרויט באוויזן. 27און די קנעכט פון דעם בעל הבית זענען צוגעגאנגען און האבן געזאגט צו אים: האר, צי האסטו דען נישט געזייט גוטע זריעה אין דיין פעלד? פונוואנען זשע האט עס אומקרויט? 28ער אבער האט צו זיי געזאגט: דאס האט א מענטש, א שונא, געטאן! זאגן די קנעכט צו אים: צי ווילסטו זשע אז מיר זאלן גיין און עס אויסרייסן? 29זאגט ער: ניין, טאמער, אויסרייסנדיק דאס אומקרויט, וועט איר צוגלייך דערמיט אויך אויסווארצלען דעם ווייץ. 30לאזט ביידע וואקסן צוזאמען ביז צום שניט, און אין דער צייט פון שניט וועל איך זאגן צו די שניטער: רייסט צום ערשט אויס דאס אומקרויט, און בינדט עס אין בינטלעך, כדי מען זאל עס פארברענען; דעם ווייץ אבער זאמלט איין אין מיין שייער אריין.
31אן אנדער משל האט ער פאר זיי פארגעלייגט, אזוי צו זאגן: דאס מלכות השמים איז גלייך צו א זענעפט קערנדל, וואס א מענטש האט גענומען, און געזייט אין זיין פעלד. 32דאס איז דאס קלענסטע פון אלע זריעות; נאר ווען עס וואקסט אויף, איז עס גרעסער ווי אלע קרייטעכצער, און עס ווערט א בוים, אז די פייגל פון הימל קומען און מאכן זיך נעסטן אין זיינע צווייגן.
33אן אנדער משל האט ער צו זיי געזאגט: דאס מלכות השמים איז גלייך צו זויערטייג, וואס א פרוי האט גענומען, און באהאלטן אין דריי מאס זעמל מעל, ביז עס וועט אינגאנגצן דורכגעזויערט ווערן. 34דאס אלץ האט יהושע/ישוע גערעדט צו די המונים מענטשן אין משלים; און אָן א משל האט ער צו זיי גארנישט גערעדט, 35כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס איז געזאגט געווארן דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן:
איך וועל אויפעפענען מיין מויל אין משלים;
איך וועל ארויסרעדן רעטענישן פון פארצייטנס.
(תהלים עח, ב.)
36דעמאלט האט ער אוועקגעשיקט די המונים מענטשן, און איז אריינגעגאנגען אין הויז. און זיינע תלמידים זענען געקומען צו אים, און האבן געזאגט: באשייד אונדז דאס משל פון דעם אומקרויט פון פעלד. 37און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: דער, וואס זייט דעם גוטן זאמען, איז דער בר אנש; 38און דאס פעלד איז די וועלט; און דער גוטער זאמען, דאס זענען די קינדער פון דעם מלכות; דאס אומקרויט אבער זענען די קינדער פון דעם נישט גוטן; 39און דער שונא, וואס האט עס געזייט, איז דער שׂטן; און דער שניט איז דער קץ פון דער וועלט; און די שניטער זענען מלאכים. 40דעריבער ווי מען רייסט אויס דאס אומקרויט און מען פארברענט עס אין פייער, וועט עס אויך אזוי זיין ביים קץ פון דער וועלט. 41דער בר אנש וועט ארויסשיקן זיינע מלאכים, און זיי וועלן איינזאמלען פון זיין מלכות אלע מיכשולים און די, וואס טאן רשעות, 42און וועלן זיי ווארפן אין דעם אויוון פון פייער אריין; דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין. 43דעמאלט וועלן די צדיקים לויכטן ווי די זון אין דעם קעניגרייך פון זייער פאטער. ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן.
44דאס מלכות השמים איז גלייך צו א פארבארגענעם אוצר אין א פעלד; וואס א מענטש האט געפונען, און פארבארגן; און פאר פרייד גייט ער און פארקויפט אלץ, וואס ער האט, און קויפט יענץ פעלד. 45ווידער איז דאס מלכות השמים גלייך צו א סוחר, וואס זוכט שיינע פערל. 46און ווען ער האט געפונען איינע, א זייער טייערע פערל, איז ער געגאנגען און פארקויפט אלץ, וואס ער האט געהאט, און האט זי געקויפט.
47ווידער איז דאס מלכות השמים גלייך צו א נעץ, וואס איז אראפגעלאזט געווארן אין ים אריין, און וואס פאנגט פון אלע מינים. 48וואס, ווען זי איז געווארן פול, האט מען זי ארויסגעצויגן אויפן ברעג, און מען האט זיך אנידערגעזעצט, און געזאמלט די גוטע מינים אין געפעסן אריין, די שלעכטע אבער האט מען אוועקגעווארפן. 49אָט אזוי וועט עס זיין ביים קץ פון דער וועלט. די מלאכים וועלן ארויסגיין, און וועלן אפשיידן די רשעים פון צווישן די צדיקים, 50און זיי ווארפן אין דעם אויוון פון פייער אריין. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
51האט איר דאס אלץ פארשטאנען? זאגן זיי צו אים: יא! 52און ער האט צו זיי געזאגט: דערפאר איז יעדער איינער סופר, וואס איז געלערנט צום מלכות השמים, גלייך צו א מענטשן א בעל הבית, וואס ברענגט ארויס פון זיין אוצר נייע און אלטע זאכן.
53און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט די דאזיקע משלים, איז ער פון דארטן אוועק. 54און איז געקומען אין זיין לאנד אריין, און האט זיי געלערנט אין זייער שול, אז זיי האבן געשטוינט און געזאגט: פונוואנען האט ער די דאזיקע חכמה, און די וואונדער? 55איז ער דען נישט דעם סטאליערס זון? הייסט דען נישט זיין מוטער מרים און זיינע ברידער יעקב און יוסף און שמעון און יהודה? 56און זענען דען נישט אלע זיינע שוועסטער ביי אונדז? פונוואנען זשע קומט צו אים דאס אלץ? 57און זיי זענען ניכשל געווארן אין אים. יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: קיין נביא איז נישט אָן כבוד, אחוץ אין זיין פאטערלאנד, און אין זיין אייגן הויז! 58און ער האט דארטן נישט געטאן קיין סך וואונדער צוליב זייער אומגלויבן.

Zur Zeit ausgewählt:

מתתיהו 13: OYBC

Markierung

Teilen

Kopieren

None

Möchtest du deine gespeicherten Markierungen auf allen deinen Geräten sehen? Erstelle ein kostenloses Konto oder melde dich an.