מתתיהו 4

4
קאפיטל פיר
1דעמאלט איז יהושע/ישוע געפירט געווארן פון דעם גייסט אין דער מדבר אריין, כדי דער שׂטן זאל אים אויספרואוון. 2און פאסטנדיק פערציק טעג און פערציק נעכט, איז ער דערנאך הונגעריק געווארן. 3און דער אויספרואווער איז צוגעקומען און האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, זאג, אז די דאזיקע שטיינער זאלן ווערן ברויט! 4ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס שטייט געשריבן:
נישט פון ברויט אליין זאל דער מענטש לעבן,
נאר פון יעדן ווארט,
וואס קומט ארויס פון ה׳ס מויל.
(דברים ח, ג.)
5דעמאלט נעמט אים דער שׂטן אין דער הייליקער שטאט אריין; און האט אים געשטעלט אויפן שפיץ פון בית המקדש, 6און זאגט צו אים: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, ווארף דיך אראפ; מחמת עס שטייט געשריבן:
זיינע מלאכים וועט ער באפעלן וועגן דיר,
און אויף די הענט וועלן זיי דיך טראגן,
טאמער וועסטו דיר אנשטויסן דיין פוס אין א שטיין.
(תהלים צא, יא.)
7האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: עס שטייט אויך געשריבן: דו זאלסט נישט אויספרואוון דעם האר, דיין ג‑ט. 8נאכאמאל נעמט אים דער שׂטן מיט אויף א זייער הויכן בארג, און ווייזט אים אלע קעניגרייכן פון דער וועלט, און זייער הערלעכקייט; 9און זאגט צו אים: אלע די דאזיקע וועל איך דיר געבן, אויב דו וועסט אנידערפאלן און זיך בוקן צו מיר. 10דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו אים: אוועק, דו שׂטן! מחמת עס שטייט געשריבן: צום האר, דיין ג‑ט, זאלסטו זיך בוקן און נאר אים אליין זאלסטו דינען! 11דעמאלט פארלאזט אים דער שׂטן; און זע, מלאכים זענען געקומען און האבן אים באדינט.
12און ווען ער האט געהערט, אז יוחנן איז איינגעזעצט געווארן, איז ער אוועק קיין גליל; 13און האט פארלאזט נצרת, און איז געקומען און האט געוואוינט אין כפר‑נחום, וואס ליגט ביים ים, אין די געביטן פון זבולון און נפתלי; 14כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ישעיהו הנביא, אזוי צו זאגן:
15לאנד פון זבולון און לאנד פון נפתלי,
ביים וועג פונם ים, פון יענער זייט ירדן,
גליל פון די פעלקער,
16דאס פאלק, וואס איז געזעסן אין דער פינסטער,
האט געזען א גרויס ליכט,
און צו די, וואס זענען געזעסן אין א לאנד און אין שאטן פון טויט,
פאר זיי האט א ליכט אויפגעשיינט.
(ישעיהו ט, א-ב.)
17פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע אנגעהויבן אויסצורופן, און צו זאגן: טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט!
18און ווי ער איז ארומגעגאנגען ביים ים פון גליל, האט ער געזען צוויי ברידער, שמעון, וואס מען רופט אים פעטרוס, און אנדריי זיין ברודער, ווארפן א נעץ אין ים אריין; מחמת זיי זענען געווען פישערלייט. 19און ער זאגט צו זיי: קומט, פאלגט מיר נאך, און איך וועל אייך מאכן פאר פישערס פון מענטשן! 20און זיי האבן גלייך פארלאזן די נעצן, און האבן אים נאכגעפאלגט. 21און ווען ער איז פון דארטן ווייטערגעגאנגען, האט ער געזען אנדערע צוויי ברידער, יעקב בן זבדי, און יוחנן זיין ברודער, אין דעם שיפל מיט זייער פאטער זבדי, פארריכטנדיק זייערע נעצן; און ער האט זיי גערופן. 22און זיי האבן גלייך פארלאזן דאס שיפל און דעם פאטער זייערן, און האבן אים נאכגעפאלגט.
23און ער איז ארומגעגאנגען אין גאנץ גליל, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פונם מלכות, און היילנדיק אלע קראנקייטן און שלאפקייטן צווישן דעם פאלק. 24און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט; 25און עס האבן אים נאכגעפאלגט גרויסע המונים מענטשן פון גליל און דעקאפאליס און ירושלים און יהודה און פון עבר הירדן.

Zur Zeit ausgewählt:

מתתיהו 4: OYBC

Markierung

Teilen

Kopieren

None

Möchtest du deine gespeicherten Markierungen auf allen deinen Geräten sehen? Erstelle ein kostenloses Konto oder melde dich an.