און א לאנגע צייט האט ער נישט געוואלט; דערנאך אבער האט ער געזאגט צו זיך אליין: הגם איך האב נישט מורא פאר ה׳ און שויען נישט קיין מענטשן, דאך, ווייל די דאזיקע אלמנה מאכט מיר מיד, וועל איך איר פארשאפן גערעכטיקייט, כדי זי זאל נישט סוף כל סוף קומען מיך שלאגן אין פנים אריין.