יוחנן 18
18
קאפיטל אכצן
1האבנדיק דאס געזאגט, איז יהושע/ישוע ארויסגעגאנגען צוזאמען מיט זיינע תלמידים איבער דעם טייך קדרון, וואו עס איז געווען א גארטן, אין וועלכן ער איז אריינגעגאנגען מיט זיינע תלמידים. 2און אויך יהודה, וואס האט אים פארראטן, האט געקענט דאס ארט, ווייל א סך מאל איז יהושע/ישוע זיך דארטן צוזאמענגעקומען מיט די תלמידים זיינע. 3און יהודה האט באקומען די אפטיילונג (סאלדאטן) און משרתים פון די הויפט כהנים און פרושים, און איז אהינגעקומען מיט פאקלען און לאמפן און כלי זין. 4און יהושע/ישוע האט געוואוסט אלץ, וואס וועט קומען אויף אים; און איז ארויסגעגאנגען און האט צו זיי געזאגט: וועמען זוכט איר? 5האבן זיי אים געענטפערט: יהושען/ישוען פון נצרת! זאגט ער צו זיי: איך בין עס! און יהודה, וואס האט אים פארראטן, איז געשטאנען מיט זיי. 6און ווי יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: איך בין עס! זענען זיי געגאנגען הינטערוויילעכס און זענען אנידערגעפאלן צו דער ערד. 7און ער האט זיי ווידער געפרעגט: וועמען זוכט איר? און זיי האבן געזאגט: יהושען/ישוען פון נצרת! 8האט יהושע/ישוע געענטפערט: איך האב דאך אייך געזאגט, אז איך בין עס! און אויב איר זוכט מיך, לאזט די דאזיקע גיין; 9כדי עס זאל מקוים ווערן דאס ווארט, וואס ער האט געזאגט: די, וואס דו האסט מיר געגעבן, פון זיי האב איך קיין איינעם נישט פארלוירן. 10און שמעון פעטרוס, האבנדיק א שווערד, האט זי ארויסגעצויגן, און געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט און אים אפגעהאקט דאס רעכטע אויער. און דער קנעכט האט געהייסן מלכוס. 11יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט צו פעטרוסן: לייג אריין די שווערד אין דער שייד. דעם בעכער, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, זאל איך אים דען נישט טרינקען?
12און די אפטיילונג (סאלדאטן) מיט דעם אפיציר און די משרתים פון די יידן האבן געכאפט יהושען/ישוען און אים געבונדן (עקידה), 13און אים קודם כל אוועקגעפירט צו חנן; ווארום ער איז געווען דער שווער פון קיפא, וועלכער איז געווען כהן גדול אין יענעם יאר. 14און עס איז געווען קיפא, וואס האט געראטן די יידן, אז עס איז גוט איין מענטש זאל שטארבן פאר דעם פאלק. 15און שמעון פעטרוס און אן אנדערער תלמיד האבן נאכגעפאלגט יהושען/ישוען. און יענער תלמיד איז געווען באקאנט מיט דעם כהן גדול, און ער איז אריינגעגאנגען מיט יהושען/ישוען אין הויף פון דעם כהן גדול. 16פעטרוס אבער איז געשטאנען ביי דער טיר אינדרויסן. דער אנדערער תלמיד, וואס איז געווען באקאנט מיט דעם כהן גדול, איז דעריבער ארויסגעגאנגען און האט גערעדט מיט דער טיר וועכטערין, און אריינגעפירט פעטרוסן. 17און די שיפחה, די טיר וועכטערין, האט געזאגט צו פעטרוסן: צי ביסטו דען נישט אויך פון די תלמידים פון דעם דאזיקן מענטש? זאגט ער: איך בין נישט. 18און די קנעכט און די משרתים זענען געשטאנען און האבן זיך געווארעמט ביי א פייער, וואס זיי האבן געמאכט פון האלצקוילן, ווייל עס איז געווען קאלט; און פעטרוס איז אויך געווען מיט זיי, שטייענדיק און ווארעמענדיק זיך.
19און דער כהן גדול האט אויסגעפרעגט יהושען/ישוען וועגן זיינע תלמידים און וועגן זיין לערנונג. 20האט יהושע/ישוע אים געענטפערט: איך האב גערעדט בפרהסיא אין דער וועלט; איך האב תמיד געלערנט אין שול און אינם בית המקדש, וואו אלע יידן קומען זיך צונויף, און אין פארבארגעניש האב איך גארנישט גערעדט. 21וואס פרעגסטו מיך? פרעג די צוהערער וואס איך האב צו זיי גערעדט; זע, זיי ווייסן, וואס איך האב געזאגט. 22און בשעת ער האט אזוי גערעדט, האט איינער פון די משרתים, וואס זענען דארט געשטאנען, געגעבן יהושען/ישוען א פאטש, זאגנדיק: אָט אזוי ענטפערסטו דעם כהן גדול? 23האט יהושע/ישוע אים געענטפערט: אויב איך האב שלעכט גערעדט, זאג עדות וועגן דעם שלעכטן; אויב אבער (איך האב גערעדט) גוט, וואס שלאגסטו מיך? 24און חנן האט אים אוועקגעשיקט א געבונדענעם (עקידה) צו קיפא דעם כהן גדול.
25שמעון פעטרוס אבער איז געשטאנען און זיך געווארעמט. און מען האט צו אים געזאגט: צי ביסטו דען נישט אויך פון זיינע תלמידים? האט ער געלייקנט און געזאגט: איך בין נישט! 26זאגט צו אים איינער פון דעם כהן גדולס קנעכט, וואס איז געווען א קרוב פון דעם, וועמען פעטרוס האט אפגעהאקט דאס אויער: צי האב איך דיך דען נישט געזען אינם גארטן מיט אים? 27פעטרוס האט דעריבער ווידער געלייקנט; און גלייך האט א האן געקרייעט. 28דאן האט מען יהושען/ישוען אוועקגעפירט פון קיפא צום פרעטאריום; און עס איז געווען פרי; און זיי זענען נישט אריינגעגאנגען אין פרעטאריום, כדי זיי זאלן זיך נישט מטמא זיין, נאר זאלן (קענען) עסן דאס קרבן פסח. 29פילאטוס איז דעריבער ארויסגעגאנגען צו זיי אינדרויסן, און געזאגט; וואס פאר א באשולדיקונג ברענגט איר קעגן דעם דאזיקן מענטשן? 30האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: אויב דער דאזיקער וואלט נישט געווען טאן קיין בייז, וואלטן מיר אים נישט איבערגעגעבן צו דיר. 31פילאטוס האט דעריבער צו זיי געזאגט: נעמט איר אים, און משפט אים לויט אייער תורה. האבן די יידן צו אים געזאגט: מיר האבן נישט קיין רשות עמיצן צו טייטן; 32כדי עס זאל דערפילט ווערן ישועס ווארט, וואס ער האט געזאגט, מרמז זייענדיק, מיט וועלכן טויט ער גייט שטארבן.
33פילאטוס איז צוריק אריינגעגאנגען אין פרעטאריום אריין, און האט גערופן יהושען/ישוען, און געזאגט צו אים: צי ביסט דו דער מלך פון די יידן? 34האט יהושע/ישוע געענטפערט: זאגסטו דאס דאזיקע פון דיר אליין, אדער האבן אנדערע עס דיר געזאגט וועגן מיר? 35פילאטוס האט געענטפערט: בין איך דען א ייד? דאס פאלק דיינס און די הויפט כהנים האבן דאך דיך איבערגעגעבן צו מיר; וואס האסטו געטאן? 36האט יהושע/ישוע געענטפערט: מיין מלכות איז נישט פון דער דאזיקער וועלט; אויב מיין מלכות וואלט יא געווען פון דער דאזיקער וועלט, וואלטן מיינע משרתים געקעמפט, כדי איך זאל נישט איבערגעגעבן ווערן צו די יידן; איצט אבער איז מיין מלכות נישט פונדאנען. 37פילאטוס האט דעריבער צו אים געזאגט: אויב אזוי ביסטו טאקע א מלך? האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו זאגסט עס, אז איך בין א מלך. דערצו בין איך געבוירן געווארן און דערצו בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי איך זאל עדות זאגן אויף דעם אמת. יעדער איינער, וואס איז פון דעם אמת, הערט מיין קול.
38זאגט פילאטוס צו אים: וואס איז אמת? און האבנדיק דאס געזאגט, איז ער ווידער ארויסגעגאנגען צו די יידן, און זאגט צו זיי: איך געפין נישט קיין שום שולד אין אים! 39עס איז אבער א מנהג ביי אייך, אז איך זאל אייך אפלאזן איינעם אויף פסח; צי ווילט איר איך זאל אייך אפלאזן דעם מלך פון די יידן? 40און זיי האבן ווידער א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: נישט דעם דאזיקן, נאר בר‑אבאן! און דער בר‑אבא איז געווען א בונטאר.
Επιλέχθηκαν προς το παρόν:
יוחנן 18: OYBC
Επισημάνσεις
Κοινοποίηση
Αντιγραφή
Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.

: