יוחנן 7
7
קאפיטל זיבן
1און נאך דעם איז יהושע/ישוע ארומגעגאנגען אין גליל; ווארום ער האט נישט געוואלט ארומגיין אין (לאנד) יהודה, ווייל די יידן האבן געזוכט אים צו טייטן. 2און עס איז געווען נאענט פאר דעם יידישן יום טוב סוכות, 3אזוי האבן זיינע ברידער צו אים געזאגט: הויב דיך אויף פונדאנען, און גיי קיין יהודה, כדי אויך דיינע תלמידים זאלן זען דיינע מעשים, וואס דו טוסט. 4ווארום קיינער טוט גארנישט אין פארבארגעניש, און זוכט דאך עפנטלעך באקאנט צו זיין. אויב דו טוסט די דאזיקע זאכן, זיי דיך מתגלה צו דער וועלט. 5ווארום אפילו זיינע ברידער האבן נישט געגלויבט אין אים. 6יהושע/ישוע האט דעריבער צו זיי געזאגט: מיין צייט איז נאך נישט געקומען; אייער צייט אבער איז תמיד גרייט. 7אייך קען די וועלט נישט האסן; מיך אבער האסט זי יא, ווייל איך זאג עדות וועגן איר, אז אירע מעשים זענען בייז. 8זייט איר עולה רגל אויף יום טוב; איך גיי נאך נישט ארויף אויף דעם יום טוב, ווייל מיין צייט איז נאך נישט דערפילט געווארן. 9און ווען ער האט דאס געזאגט צו זיי, איז ער פארבלייבן אין גליל.
10נאך דעם אבער ווי זיינע ברידער זענען ארויפגעגאנגען אויף יום טוב, איז ער דעמאלט אליין אויך ארויפגעגאנגען, נישט עפנטלעך, נאר ווי אין פארבארגן. 11און די יידן האבן אים געזוכט בשעת דעם יום טוב, און האבן געזאגט: וואו איז ער? 12און עס איז געווארן א גרויסע מחלוקה איבער אים צווישן די מאסן; א טייל האבן געזאגט: ער איז א גוטער מענטש; אנדערע אבער האבן געזאגט: ניין, ער פארפירט נאר דעם עולם. 13דאך האט קיינער נישט גערעדט וועגן אים בפרהסיא, אויס מורא פאר די יידן.
14און ווען עס איז שוין געווען אין מיטן יום טוב, איז יהושע/ישוע ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין און האט געלערנט. 15און די יידן האבן זיך געוואונדערט און געזאגט: וויאזוי איז דער דאזיקער א יודע ספר, נישט האבנדיק געלערנט? 16האט יהושע/ישוע זיי דעריבער געענטפערט, און געזאגט: די לערנונג מיינע איז נישט מיין, נאר דעמס, וואס האט מיך געשיקט. 17ווען עמיצער וויל טאן זיין רצון, וועט ער וויסן וועגן דער לערנונג, צי זי איז פון ה׳, אדער איך רעד פון מיר אליין. 18ווער עס רעדט פון זיך אליין, דער זוכט זיין אייגענעם כבוד; ווער אבער עס זוכט דעם כבוד פון אים, וואס האט אים געשיקט, דער דאזיקער איז ווארהאפטיק, און קיין אומגערעכטיקייט איז אין אים נישט פאראן. 19צי האט משה (רבינו) אייך דען נישט געגעבן די תורה? און (דאך) האלט קיינער פון אייך די תורה נישט. פארוואס זוכט איר מיך צו טייטן? 20האט דער המון מענטשן געענטפערט: דו האסט א בייזן גייסט; ווער זוכט דיך צו טייטן? 21האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: איין זאך האב איך געטאן, און איר אלע וואונדערט זיך. 22משה האט אייך געגעבן די מילה—נישט דאס זי איז פון משהן, נאר פון די אבות—און איר זענט מל א מענטשן אין שבת. 23אויב דער מענטש ווערט געמלט אין שבת, כדי מען זאל נישט עובר זיין אויף תורת משה, זענט איר צארנדיק אויף מיר, ווייל איך האב א גאנצן מענטשן געזונט געמאכט אין שבת? 24משפט נישט לויט דעם אויסערלעכן שיין, נאר א גערעכט משפט זאלט איר משפטן.
25אייניקע פון די לייט פון ירושלים האבן דעריבער געזאגט: צי איז ער דען נישט דער, וועמען מען זוכט צו טייטן? 26און זע, ער רעדט בפרהסיא, און מען זאגט אים גארנישט. קען עס זיין, אז אונדזערע שרים ווייסן באמת, אז ער איז דער משיח? 27מיר קענען דאך דעם דאזיקן, פונוואנען ער איז: אבער ווען דער משיח וועט קומען, ווייסט קיינער נישט פונוואנען ער איז. 28יהושע/ישוע האט דעריבער אויסגעשריגן אינם בית המקדש, בשעת ער האט געלערנט, און געזאגט: איר קענט מיך, און איר ווייסט, פונוואנען איך בין: און פון מיר אליין בין איך נישט געקומען; נאר ווארהאפטיק איז דער, וואס האט מיך געשיקט, וועמען איר קענט נישט. 29איך קען אים, ווייל איך בין פון אים; און ער האט מיך געשיקט. 30זיי האבן דעריבער געזוכט אים צו כאפן; און קיינער האט נישט ארויפגעלייגט אויף אים די האנט, ווייל זיין שעה איז נאך נישט געקומען. 31און א סך פון דעם המון מענטשן האבן געגלויבט אין אים, און געזאגט: ווען משיח וועט קומען, צי וועט ער דען טאן מער נסים, ווי דער דאזיקער האט געטאן? 32די פרושים האבן געהערט דעם המון דאס שטילערהייט רעדן וועגן אים; און די הויפט כהנים און די פרושים האבן געשיקט משרתים, כדי זיי זאלן אים כאפן. 33יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט: נאך א קליינע וויילע בין איך מיט אייך, און איך גיי צו אים, וואס האט מיך געשיקט. 34איר וועט מיך זוכן, און נישט געפינען; און וואו איך בין, (דארט אהין) קענט איר נישט קומען. 35די יידן האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: וואו וועט דאס דער דאזיקער גיין, אז מיר זאלן אים נישט געפינען? נישט וועט ער דען גיין צו די, וואס זענען צעשפרייט צווישן די גריכן, און לערנען די גריכן? 36וואס זאל דאס דאזיקע ווארט באטייטן, וואס ער האט געזאגט: איר וועט מיך זוכן און נישט געפינען און: וואו איך בין, קענט איר נישט קומען?
37און אין דעם לעצטן טאג, דעם גרויסן טאג פון דעם יום טוב, איז יהושע/ישוע געשטאנען און האט אויסגעשריגן, אזוי צו זאגן: אויב עמיצער איז דארשטיק, זאל ער קומען צו מיר און טרינקען. 38דער, וואס גלויבט אין מיר, לויט ווי די שריפט (כתבי הקודש) זאגט, וועלן פון זיין לייב פליסן טייכן פון לעבעדיק וואסער. 39דאס דאזיקע אבער האט ער געזאגט וועגן דעם רוח (הקודש), וואס די מאמינים אין אים, האבן געזאלט מקבל זיין; ווארום דער גייסט איז נאך נישט געהאט געגעבן געווארן, ווייל יהושע/ישוע איז נאך נישט געווען פארהערלעכט. 40און אייניקע פון דעם המון, וואס האבן געהערט די דאזיקע ווערטער, האבן געזאגט: דאס איז באמת דער נביא! 41אנדערע האבן געזאגט: דאס איז דער משיח! אנדערע האבן געזאגט: ניין, דער משיח קומט דאך נישט ארויס פון גליל? 42צי האט דען נישט דער פסוק געזאגט, אז פון דער זרע דוד און פון בית‑לחם דעם דארף, וואו דוד איז געווען, קומט דער משיח? (שמואל ב ז, יב; מיכה ה, א.) 43עס איז דעריבער געווארן א מחלוקה צווישן דעם המון צוליב אים. 44אייניקע פון זיי האבן אים געוואלט כאפן, נאר קיינער האט נישט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים.
45און די משרתים זענען צוריקגעקומען צו די הויפט כהנים און פרושים, און זיי האבן צו זיי געזאגט: פארוואס האט איר אים נישט געברענגט? 46האבן די משרתים געענטפערט: עס האט נאך קיינמאל קיין מענטש נישט אזוי גערעדט, ווי דער דאזיקער מענטש רעדט. 47די פרושים האבן דעריבער געענטפערט צו זיי: זענט איר אויך פארפירט געווארן? 48צי האט דען עמיצער פון די שרים געגלויבט אין אים, אדער (עמיצער) פון די פרושים? 49נאר דער דאזיקער המון, וואס קען נישט די תורה, פארשאלטן זענען זיי. 50זאגט נקדימון צו זיי (דער, וואס איז פריער געקומען צו אים, און איז געווען איינער פון זיי): 51צי משפט דען אונדזער תורה דעם מענטשן, איידער מען האט אים קודם כל אויסגעהערט, און מען ווייסט וואס ער האט געטאן? 52האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: צי ביסטו אויך פון גליל? פארש און זע, אז פון גליל שטייט נישט אויף קיין נביא. 53(און יעדער איינער איז זיך אהיים געגאנגען.)
Επιλέχθηκαν προς το παρόν:
יוחנן 7: OYBC
Επισημάνσεις
Κοινοποίηση
Αντιγραφή
Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.

: