יוחנן 9
9
קאפיטל ניין
1און פארבייגייענדיק האט ער געזען א מענטשן, א בלינדן פון דער געבורט אָן. 2און זיינע תלמידים האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן; רבי, ווער האט געזינדיקט, דער דאזיקער אדער זיינע עלטערן, אז ער איז געבוירן געווארן בלינד? 3האט יהושע/ישוע געענטפערט: נישט ער האט געזינדיקט, נישט די עלטערן זיינע; נאר כדי די מעשים פון ה׳ זאלן אנטפלעקט ווערן אין אים. 4מיר מוזן טאן די מעשים פון אים, וואס האט מיך געשיקט, כל זמן עס איז טאג; די נאכט קומט אָן, ווען קיינער קען נישט ארבעטן. 5בשעת איך בין אין דער וועלט, בין איך דאס ליכט פון דער וועלט. 6דאס זאגנדיק, האט ער אויסגעשפיגן אויף דער ערד און געמאכט ליים פון דעם שפייעכץ און אים באשמירט די אויגן מיט דעם ליים, 7און האט צו אים געזאגט: גיי, וואש דיך אין טייך שילוח, (פארטייטשט הייסט עס, געשיקט). ער איז דעריבער אוועקגעגאנגען, און האט זיך געוואשן, און איז צוריקגעקומען זעענדיק. 8און די שכנים, און די, וואס האבן אים פריער געזען, אז ער איז געווען א בעטלער, האבן געזאגט: צי איז עס דען נישט דער, וואס איז געזעסן און געבעטלט? 9אנדערע האבן געזאגט: ער איז עס; אנדערע האבן געזאגט: ניין, נאר ער איז ענלעך צו אים. יענער האט געזאגט: איך בין עס. 10האבן זיי צו אים געזאגט: וויאזוי זשע זענען דיינע אויגן געעפנט געווארן? 11יענער האט געענטפערט: דער מענטש, וועמען מען רופט יהושע/ישוע, האט געמאכט ליים, און אנגעשמירט מיינע אויגן, און צו מיר געזאגט: גיי צום שילוח און וואש דיך; און איך בין געגאנגען און האב מיך געוואשן, און בין זעענדיק געווארן. 12האבן זיי צו אים געזאגט: וואו איז ער? זאגט ער: איך ווייס נישט.
13נעמען זיי און פירן צו די פרושים דעם, וואס איז פריער געווען בלינד. 14און דער טאג איז געווען א שבת, ווען יהושע/ישוע האט געמאכט דאס ליים, און אים געעפנט זיינע אויגן. 15דעריבער האבן אויך די פרושים אים ווידער געפרעגט, וויאזוי ער איז זעענדיק געווארן. און ער האט צו זיי געזאגט: ער האט ארויפגעלייגט ליים אויף מיינע אויגן, און איך האב מיך געוואשן, און איך זע. 16האבן אייניקע פון די פרושים געזאגט: דער דאזיקער מענטש איז נישט פון ה׳, ווייל ער היט נישט אפ שבת. און אנדערע האבן געזאגט: וויאזוי קען א מענטש, א חוטא, טאן אזעלכע נסים? און עס איז געווארן א מחלוקה צווישן זיי. 17און ווידער האבן זיי געזאגט צום בלינדן: וואס זאגסטו וועגן אים, אז ער האט דיר געעפנט דיינע אויגן? ער אבער האט געזאגט: ער איז א נביא. 18די יידן האבן דעריבער נישט געגלויבט וועגן אים, אז ער איז געווען בלינד, און איז זעענדיק געווארן, ביז זיי האבן גערופן די עלטערן פון דעם זעענדיק געווארענעם, 19און זיי געפרעגט, אזוי צו זאגן: צי איז דער דאזיקער אייער זון, וואס איר זאגט, אז ער איז געבוירן געווארן בלינד? וויאזוי זשע זעט ער איצט? 20האבן זיינע עלטערן געענטפערט און געזאגט: מיר ווייסן, אז דער דאזיקער איז אונדזער זון, און אז ער איז געבוירן געווארן בלינד; 21וויאזוי אבער ער זעט איצט, ווייסן מיר נישט; אדער ווער עס האט אים געעפנט זיינע אויגן, ווייסן מיר נישט; פרעגט אים, ער איז א דערוואקסענער, ער וועט רעדן פאר זיך אליין. 22דאס האבן זיינע עלטערן געזאגט, ווייל זיי האבן מורא געהאט פאר די יידן: ווארום די יידן האבן שוין געהאט אפגעמאכט, אז ווען עמיצער וועט אים אנערקענען פאר דעם משיח, זאל ער געלייגט ווערן אין חרם אריין. 23דערפאר האבן זיינע עלטערן געזאגט: ער איז א דערוואקסענער, פרעגט אים. 24זיי האבן דעריבער צום צווייטן מאל גערופן דעם מענטשן, וואס איז געווען בלינד, און געזאגט צו אים: גיב אפ כבוד צו ה׳; מיר ווייסן, אז דער דאזיקער מענטש איז א חוטא. 25האט יענער געענטפערט: צי ער איז זינדיק ווייס איך נישט; איין זאך ווייס איך יא, אז איך בין געווען בלינד און איצט זע איך. 26זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: וואס האט ער דיר געטאן? וויאזוי האט ער געעפנט דיינע אויגן? 27האט ער זיי געענטפערט: איך האב דאך אייך שוין געזאגט, און איר האט זיך נישט צוגעהערט; פארוואס ווילט איר נאכאמאל הערן? צי ווילט איר אויך ווערן זיינע תלמידים? 28און זיי האבן אים געזידלט, און געזאגט; דו ביסט יענעמס תלמיד, מיר אבער זענען משהס תלמידים. 29מיר ווייסן, אז ה׳ האט גערעדט צו משהן; אבער וואס שייך דעם דאזיקן, ווייסן מיר נישט, פונוואנען ער איז. 30האט דער מענטש געענטפערט און געזאגט צו זיי: אָט אין דעם דאזיקן ליגט דאָ דער חידוש, אז איר ווייסט נישט פונוואנען ער איז, און ער האט מיר געעפנט מיינע אויגן. 31מיר ווייסן, אז ה׳ דערהערט נישט קיין חוטאים; נאר אויב עמיצער איז א ירא שמים און טוט זיין רצון, דעם דאזיקן דערהערט ער יא. 32פון אייביק אָן איז עס נישט געהערט געווארן, אז עמיצער זאל האבן געעפנט די אויגן פון א בלינד געבוירענעם. 33אויב דער דאזיקער וואלט נישט געווען פון ה׳, וואלט ער גארנישט געקענט טאן. 34האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: דו ביסט אינגאנצן געבוירן געווארן אין זינד, און דו לערנסט אונדז? און האבן אים ארויסגעווארפן אינדרויסן.
35יהושע/ישוע האט געהערט, אז זיי האבן אים ארויסגעווארפן; און געפינענדיק אים, האט ער געזאגט: צי גלויבסטו אין דעם בר אנש? 36יענער האט געענטפערט און געזאגט; און ווער איז עס, האר, אז איך זאל גלויבן אין אים? 37האט יהושע/ישוע געזאגט צו אים: דו האסט אים געזען, און דער, וואס רעדט מיט דיר, איז עס. 38און ער האט געזאגט: האר, איך גלויב! און האט זיך געבוקט צו אים. 39און יהושע/ישוע האט געזאגט: צום משפט בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי די, וואס זען נישט, זאלן זען, און די זעענדיקע זאלן ווערן בלינד. 40און אייניקע פון די פרושים, וואס זענען געווען מיט אים, האבן דאס געהערט, און האבן געזאגט צו אים: צי זענען מיר אויך בלינד? 41האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: אויב איר וואלט געווען בלינד, וואלט איר נישט געהאט קיין חטא; איצט אבער זאגט איר: מיר זען; דערפאר בלייבט אייער זינד.
Επιλέχθηκαν προς το παρόν:
יוחנן 9: OYBC
Επισημάνσεις
Κοινοποίηση
Αντιγραφή
Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.