Λογότυπο YouVersion
Εικονίδιο αναζήτησης

לוקאס 22

22
קאפיטל צוויי און צוואנציק
1און עס איז שוין געווען נאענט פאר דעם חג המצות, וואס מען רופט פסח. 2און די הויפט כהנים און די סופרים האבן געזוכט אויף וואס פאר אן אופן אים אומצוברענגען; ווארום זיי האבן מורא געהאט פארן פאלק.
3און דער שׂטן איז אריינגעגאנגען אין יהודהן, וואס מען האט אים גערופן איש‑קריות, זייענדיק פון דער צאל פון די צוועלף. 4און ער איז אוועקגעגאנגען, און זיך אפגערעדט מיט די הויפט כהנים און הויפטלייט, אויף וואס פאר אן אופן ער זאל אים איבערגעבן צו זיי, 5און זיי האבן זיך דערפריידט, און האבן אפגעמאכט אים צו געבן געלט. 6און ער האט (עס) צוגעזאגט, און געזוכט א געלעגנהייט אים איבערצוגעבן צו זיי אָן א צוזאמענגעלויף.
7און עס איז געקומען דער יום המצות, אין וועלכן מען דארף מקריב זיין דאס (קרבן) פסח. 8און ער האט אוועקגעשיקט פעטרוסן און יוחנן, זאגנדיק, גייט און גרייט צו פאר אונדזערטוועגן דאס (קרבן) פסח, כדי מיר זאלן עס עסן! 9און זיי האבן צו אים געזאגט: וואו ווילסטו, אז מיר זאלן עס צוגרייטן? 10האט ער צו זיי געזאגט: זע, ווען איר וועט אריינקומען אין דער שטאט, וועט אייך אנטקעגנקומען א מענטש טראגנדיק א קרוג מיט וואסער; אים זאלט איר נאכפאלגן אין דעם הויז, אין וועלכן ער גייט אריין. 11און זאגט דעם בעל הבית פון דעם הויז: דער רבי לאזט דיר זאגן: וואו איז דאס גאסט צימער, וואו איך וועל עסן דאס (קרבן) פסח מיט מיינע תלמידים? 12און יענער וועט אייך ווייזן א גרויסע אויבערשטוב אויסגעשטאט מיט הסב‑בעטן; דארטן זאלט איר עס צוגרייטן. 13און זיי זענען אוועקגעגאנגען, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט; און האבן צוגעגרייט דאס (קרבן) פסח.
14און ווען די שעה איז געקומען, האט ער זיך אנידערגעזעצט, און די שליחים מיט אים. 15און האט צו זיי געזאגט: מיט א באגער האב איך באגערט צו עסן דאס דאזיקע (קרבן) פסח מיט אייך, איידער איך גיי ליידן; 16ווארום איך זאג אייך: איך וועל עס מער נישט עסן, ביז עס וועט דערפילט ווערן אין דעם קעניגרייך פון ה׳. 17און נעמענדיק א בעכער, האט ער געמאכט א ברכה און געזאגט: נעמט דעם דאזיקן, און צעטיילט אים צווישן זיך, 18ווארום איך זאג אייך: איך וועל פון איצט אָן מער נישט טרינקען פון דער פרוכט פון דעם וויינשטאק, ביז דאס קעניגרייך פון ה׳ וועט קומען. 19און ער האט גענומען ברויט, געמאכט א ברכה, און האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי, אזוי צו זאגן: דאס דאזיקע איז מיין גוף, וואס ווערט געגעבן פאר אייך; דאס דאזיקע זאלט איר טאן לזכרון פון מיר! 20דעסגלייכן אויך דעם בעכער נאך דער סעודה, זאגנדיק: דער דאזיקער בעכער איז דער נייער בונד אין מיין בלוט, וואס ווערט פארגאסן פאר אייך. 21דאך זע, די האנט פון דעם, וואס פארראט מיך, איז מיט מיר אויפן טיש. 22יא, דער בר אנש גייט טאקע, לויט ווי עס איז באשטימט געווארן; נאר וויי איז צו יענעם מענטשן, דורך וועמען ער ווערט פארראטן! 23און זיי האבן אנגעהויבן צו פרעגן איינס דאס אנדערע, ווער פון זיי דאס קען זיין, וואס וועט דאס דאזיקע טאן.
24און עס איז אויך געקומען צו א מחלוקה צווישן זיי, ווער פון זיי זאל געהאלטן ווערן פאר דעם גרעסטן. 25ער אבער האט צו זיי געזאגט: די מלכים פון די פעלקער הערשן איבער זיי, און זייערע מושלים רופט מען וואוילטעטער. 26איר אבער נישט אזוי; נאר דער גרעסטער צווישן אייך זאל זיין ווי דער יונגסטער; און דער מנהיג ווי דער משרת. 27ווארום ווער איז גרעסער, דער וואס זיצט ביים טיש, צי דער וואס באדינט? איז עס דען נישט דער, וואס זיצט? איך אבער בין אין אייער מיט ווי דער משרת. 28איר אבער זענט עס, וואס זענען פארבלייבן מיט מיר אין די נסיונות מיינע; 29און איך באשטים פאר אייך א מלכות, אזוי ווי מיין פאטער האט פאר מיר באשטימט, 30כדי איר זאלט עסן און טרינקען אויף מיין טיש אין מיין קעניגרייך; און זיצן אויף טראנען און משפטן די צוועלף שבטים פון ישראל. 31שמעון, שמעון, זע, דער שׂטן האט זיך אויסגעבעטן, אייך צו זיפען ווי ווייץ; 32איך אבער האב מתפלל געווען פאר דיר, אז דיין אמונה זאל זיך נישט אויסלאזן; און דו, ווען דו וועסט האבן תשובה געטאן, שטארק דיינע ברידער! 33ער אבער האט צו אים געזאגט: האר, מיט דיר בין איך גרייט צו גיין סאי אין תפיסה אריין און סאי צום טויט! 34ער אבער האט געזאגט: איך זאג דיר, פעטרוס, נישט וועט היינט דער האן קרייען, ביז דו האסט דריי מאל געלייקנט מיך צו קענען!
35און ער האט צו זיי געזאגט: ווען איך האב אייך ארויסגעשיקט אָן א געלטבייטל, און טייסטער, און שיך, האט אייך עפעס געפעלט? און זיי האבן געזאגט: קיין זאך נישט! 36האט ער צו זיי געזאגט: נאר איצט ווער עס האט א געלטבייטל, זאל ער אים נעמען, און אויך אזוי דעם טייסטער; און ווער עס האט גארנישט, דער זאל פארקויפן זיין מלבוש, און קויפן א שווערד. 37ווארום איך זאג אייך, אז דאס, וואס שטייט געשריבן, מוז דערפילט ווערן אין מיר: און מיט פושעים איז ער פאררעכנט געווארן (ישעיהו נג, יב.); ווייל דאס, וואס איז שייך מיר, האט (איצט) א סוף. 38און זיי האבן געזאגט: האר, זע, דא זענען דא צוויי שווערדן! ער אבער האט צו זיי געזאגט: עס איז גענוג!
39און ער איז ארויסגעגאנגען, און איז אוועק, ווי עס איז געווען זיין געוואוינהייט, צום הר הזיתים; און די תלמידים האבן אים אויך נאכגעפאלגט. 40און קומענדיק צו דעם ארט, האט ער צו זיי געזאגט: טוט תפילה, אז איר זאלט נישט אריינקומען אין קיין נסיון! 41און אליין האט ער זיך פון זיי דערווייטערט (א שטח) אזוי ווי א שטיינוואורף; און האט אנידערגעקניט און תפילה געטאן, 42אזוי צו זאגן: פאטער, אויב דו ווילסט, נעם אוועק פון מיר דעם דאזיקן בעכער! דאך נישט מיין, נאר דיין רצון זאל געשען! 43און עס האט זיך צו אים באוויזן א מלאך פון הימל, און אים געשטארקט. 44און א טויט אנגסט איז אויף אים געקומען, און ער האט העפטיקער תפילה געטאן; און זיין שווייס איז געווארן ווי בלוטסטראפן, וואס זענען אראפגעפאלן אויף דער ערד. 45און ווען ער איז אויפגעשטאנען נאך דער תפילה און איז געקומען צו די תלמידים, האט ער זיי געפונען שלאפן פאר צער. 46און ער האט צו זיי געזאגט: וואס שלאפט איר? שטייט אויף און טוט תפילה, אז איר זאלט נישט אריינקומען אין קיין נסיון!
47בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, עס איז געקומען א המון מענטשן און דער מיט דעם נאמען יהודה, איינער פון די צוועלף, איז געגאנגען פארויס פאר זיי און האט גענענט צו יהושען/ישוען, כדי אים א קוש צו טאן, 48יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: יהודה, מיט א קוש פארראטסטו דעם בר אנש? 49און ווי די, וואס זענען געווען ארום אים, האבן געזען וואס דא גייט ווערן, האבן זיי געזאגט: האר, צי זאלן מיר שלאגן מיט דער שווערד? 50און איינער פון זיי האט געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט און אים אפגעהאקט זיין רעכט אויער. 51יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: לאזט געמאכט! און האט אנגערירט זיין אויער, און אים געהיילט. 52און יהושע/ישוע האט געזאגט צו די הויפט כהנים, און הויפטלייט פון בית המקדש, און זקנים, וועלכע זענען געקומען קעגן אים: ווי קעגן א רויבער זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און מיט שטאנגען! 53ווען איך בין געווען טאג אויס טאג איין מיט אייך אינם בית המקדש, האט איר נישט אויסגעשטרעקט די הענט קעגן מיר; נאר די דאזיקע איז אייער שעה, און די מאכט פון דער פינצטערניש.
54און זיי האבן אים געכאפט, און אים אוועקגעפירט, און אריינגעברענגט אין כהן גדולס הויז אריין. פעטרוס אבער האט נאכגעפאלגט פונדערווייטנס. 55און ווען זיי האבן אנגעצונדן א פייער אינמיטן הויף, און זיך אנידערגעזעצט צוזאמען, האט פעטרוס זיך אנידערגעזעצט צווישן זיי. 56א דינסטמיידל אבער האט אים געזען זיצן ביים פייער, האט זי זיך גוט איינגעקוקט אויף אים און געזאגט: אויך דער דאזיקער איז געווען מיט אים! 57און ער האט עס אפגעלייקנט, אזוי צו זאגן: אשה, איך קען אים נישט! 58און אביסל שפעטער האט אים אן אנדערער דערזען, און געזאגט: דו ביסט אויך פון זיי! פעטרוס אבער האט געזאגט: מענטש, איך בין עס נישט! 59און נאך א פארלויף פון אן ערך איין שעה, האט אן אנדערער באשטימט פארזיכערט, אזוי צו זאגן: אויף אן אמת אויך דער דאזיקער איז געווען מיט אים; ווארום ער איז אויך א גלילי! 60פעטרוס אבער האט געזאגט: מענטש, איך ווייס נישט, וואס דו זאגסט! און אין אן אויגנבליק, בשעת ער האט נאך גערעדט, האט דער האן געקרייט. 61און דער האר האט זיך אויסגעדרייט, און א בליק געטאן אויף פעטרוסן. און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט פון דעם האר, ווי ער האט צו אים געזאגט: איידער דער האן וועט היינט קרייען, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען. 62און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן, און האט זיך ביטער צעוויינט.
63און די מענער, וואס האבן אים (יהושען/ישוען) באוואכט, האבן אפגעשפאט פון אים, און אים געשלאגן. 64און זיי האבן אים ארומגעהילט (דאס פנים), און אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: זאג נבואות, ווער עס איז, וואס האט דיך געשלאגן? 65און א סך אנדערע לעסטערונגען האבן זיי געזאגט קעגן אים.
66און ווי עס איז געווארן טאג, זענען זיך צוזאמענגעקומען די זקנים פון פאלק, די הויפט כהנים און סופרים, און האבן אים אוועקגעפירט צו זייער סנהדרין, און געזאגט: 67אויב דו ביסט דער משיח, זאג עס אונדז! ער אבער האט צו זיי געזאגט: אויב איך זאל עס אייך זאגן, וועט איר נישט גלויבן; 68און אויב איך וועל פרעגן, וועט איר נישט ענטפערן. 69פון איצט אָן אבער וועט דער בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס מאכט. (תהלים קי, א.) 70האבן זיי אלע געזאגט: צי ביסטו דען דער זון פון דער אויבערשטער? און ער האט צו זיי געזאגט: איר זאגט עס, ווייל איך בין עס! 71זיי אבער האבן געזאגט: וואס דארפן מיר נאך אן עדות זאגן? ווארום מיר אליין האבן עס געהערט פון זיין מויל.

Επιλέχθηκαν προς το παρόν:

לוקאס 22: OYBC

Επισημάνσεις

Κοινοποίηση

Αντιγραφή

None

Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε