YouVersion logo
Ikona pretraživanja

ברֵאשִית טו

טו
1נאָך די דאָזיקע געשעענישן איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו אבֿרמען אין אַ זעונגען, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט נישט מורא האָבן, אבֿרם, איך בין דיר אַ שילד; דײַן שׂכר איז זײער גרױס. 2האָט אבֿרם געזאָגט: ה׳ דו אֲדֹנָי, װאָס קענסטו מיר געבן, אַז איך גײ אַװעק אָן אַ קינד, און דער װירטשאַפֿטער פֿון מײַן הױז איז דער דַמֶשֶׂקער אֶליעֶזֶר? 3און אבֿרם האָט געזאָגט: זע, האָסט מיר קײן זאָמען נישט געגעבן, און אָט װעט אַ זון פֿון מײַן הױזגעזינט מיך ירשען. 4ערשט דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו אים, אַזױ צו זאָגן: נישט דער דאָזיקער װעט דיך ירשען, נאָר דער װאָס װעט אַרױסגײן פֿון דײַנע אינגעװײד, ער װעט דיך ירשען. 5און ער האָט אים אַרױסגעפֿירט דרױסן, און האָט געזאָגט: טו אַקאָרשט אַ קוק אױפֿן הימל, און צײל די שטערן, אױב דו קענסט זײ איבערצײלן. און ער האָט צו אים געזאָגט: אַזױ װעט זײַן דײַן זאָמען. – 6און ער האָט געגלױבט#15‏.6 װאָס האָט אבֿרהם אבינו דען דערגרײכט לויטן פֿלײש? װאָרום אױב אבֿרהם איז גערעכטפערטיקט געװאָרן דורך מעשׂים (טובים), האָט ער עפעס, מיט װאָס זיך צו באַרימען, אָבער נישט פֿאַר ה׳. װײַל װאָס זאָגן די כתבי (הקודש)? אבֿרהם האָט געגלױבט ה׳ און דאָס איז אים פאררעכנט געװאָרן צו גערעכטיקײט. פֿאַר דעם אַרבעטער אָבער װערט דער לוין נישט פאררעכנט אַלס חֶסֶד נאָר אַלס אַ חובֿ. אָבער דעם, װאָס אַרבעט נישט, נאָר גלױבט אין אים, װאָס מאַכט גערעכט דעם רשע, װערט זײַן אמוּנה אים פאררעכנט צו גערעכטיקײט. ישועת אלוקינו איז דורך אמוּנה אַלײן דורך חֶסֶד אַלײן דורך רבי מלך המשיח אַלײן. {אמן}#יְשַעְיָה 53‏.1 אין ה׳, און ער האָט עס#חֲבַֿקוּק 2‏.4 גערעכנט {חשׁב}#יְשַעְיָה 53‏.4 פֿאַר צו אים#אִיובֿ 25‏.4 צו אַ גערעכטיקײט {צְדָקָה}.#יְשַעְיָה 53‏.11
7און ער האָט צו אים געזאָגט: איך בין ה׳ װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון אור-כַּשׂדים, דיר צו געבן דאָס דאָזיקע לאַנד, עס צו אַרבן. 8האָט ער געזאָגט: ה׳ דו אֲדֹנָי, מיט װאָס װעל איך װיסן אַז איך װעל עס אַרבן? 9האָט ער צו אים געזאָגט: נעם מיר אַ דרײַיאָריקע קו, און אַ דרײַיאָריקע ציג, און אַ דרײַיאָריקן װידער, און אַ טורטלטױב, און אַ יונגע טױב. 10האָט ער אים גענומען די אַלע, און האָט זײ איבערגעשניטן אין מיטן, און אַװעקגעלײגט אײן העלפֿט קעגן דער אַנדערער; נאָר די פֿױגלען האָט ער נישט איבערגעשניטן. 11האָבן די רױבפֿױגלען אַראָפּגענידערט אױף די פּגרים, אָבער אבֿרם האָט זײ אָפּגעטריבן.
12און װי די זון איז געװען בײַם אונטערגײן, אַזױ איז אַ טיפֿער שלאָף געפֿאַלן אױף אבֿרמען; ערשט אַן אימה, אַ גרױס פֿינצטערניש, פֿאַלט אָן אױף אים. 13און ער האָט געזאָגט צו אבֿרמען: װיסן זאָלסטו װיסן זײַן אַז דײַנע קינדער װעלן זײַן פֿרעמדע אין אַ לאַנד װאָס נישט זײערס, און מע װעט זײ פֿאַרקנעכטן, און מע װעט זײ פּײַניקן פֿיר הונדערט יאָר. 14און אױך דאָס פֿאָלק װעמען זײ װעלן דינען, װעל איך משפּטן; און דערנאָך װעלן זײ אַרױסגײן מיט גרױס פֿאַרמעג. 15דו אָבער װעסט קומען צו דײַנע עלטערן בשלום; אין אַ גוטער עלטער װעסטו באַגראָבן װערן. 16און ערשט אין פֿירטן דור װעלן זײ זיך אומקערן אַהער, װאָרום די זינד פֿון דעם אֶמוֹרי װעט נישט זײַן פֿאַרפֿול ביז דענצמאָל.
17און עס איז געװען, װי די זון איז אונטערגעגאַנגען, און עס איז געװאָרן שטאָקפֿינצטער, ערשט אַן אױװן מיט רױך, און אַ פֿלאַמפֿײַער װאָס איז דורכגעגאַנגען צװישן די דאָזיקע שטיקער. 18אין יענעם טאָג האָט ה׳ געשלאָסן {כרת}#15‏.18 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 אַ בְּרִית מיט אבֿרמען, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען האָב איך געגעבן דאָס דאָזיקע לאַנד, פֿון דעם טײַך פֿון מִצרַיִם ביז דעם גרױסן טײַך, דעם טײַך פּרָת; 19דעם קֵיני, און דעם קנִזי, און דעם קַדמוני, 20און דעם חִתּי, און דעם פּרִזי, און די רפֿאים, 21און דעם אֶמוֹרי, און דעם כּנַעֲני, און דעם גִרגָשי, און דעם יבֿוסי.

Istaknuto

Podijeli

Kopiraj

None

Želiš li svoje istaknute stihove spremiti na sve svoje uređaje? Prijavi se ili registriraj