ער אבער האט אים אוועקגעפירט קיין ירושלים און אים געשטעלט אויפן שפיץ טורם פון בית המקדש, און געזאגט צו אים: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, ווארף דיך פונדאנען אראפ; ווארום עס שטייט געשריבן:
זיינע מלאכים וועט ער באפעלן וועגן דיר, דיך אפצוהיטן;
אויף די הענט וועלן זיי דיך טראגן,
אז דו זאלסט דיר נישט צעקלאפן דיין פוס אין א שטיין.
(תהלים צא, יא-יב.)
און יהושע/ישוע האט אים ענטפערנדיק געזאגט: עס איז געזאגט געווארן:
דו זאלסט נישט אויספרואוון דעם האר דיין ג‑ט.
(דברים ו, טז.)