YouVersion Logo
Search Icon

לוקאס 4

4
קאפיטל פיר
1און יהושע/ישוע, פול מיט דעם רוח הקודש, האט זיך אומגעקערט פונם ירדן, און איז געפירט געווארן פון דעם גייסט אין דער מדבר 2פערציק טעג לאנג און איז אויסגעפרואווט געווארן פון שׂטן. און ער האט גארנישט געגעסן אין יענע טעג; און ווען זיי האבן זיך געענדיקט איז ער הונגעריק געווארן. 3און דער שׂטן האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, זאג צו דעם דאזיקן שטיין, אז ער זאל ווערן ברויט! 4און יהושע/ישוע האט אים געענטפערט: עס שטייט געשריבן:
נישט מיט ברויט אליין וועט דער מענטש לעבן!
(דברים ח, ג.)
5האט ער אים ארויפגעפירט אויף א הויכן בארג און אים געוויזן אלע קעניגרייכן פון דער וועלט אין אן אויגנבליק. 6און דער שׂטן האט צו אים געזאגט: דיר וועל איך געבן די דאזיקע גאנצע מאכט און זייער הערלעכקייט; ווייל זי איז מיר איבערגעגעבן געווארן, און איך גיב זי, צו וועמען איך וויל. 7דעריבער אויב דו וועסט זיך בוקן פאר מיר, וועט אלץ זיין דיין. 8און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: עס שטייט געשריבן:
צום האר דיין ג‑ט זאלסטו זיך בוקן,
און נאר אים אליין זאלסטו דינען.
(דברים י, כ.)
9ער אבער האט אים אוועקגעפירט קיין ירושלים און אים געשטעלט אויפן שפיץ טורם פון בית המקדש, און געזאגט צו אים: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, ווארף דיך פונדאנען אראפ; 10ווארום עס שטייט געשריבן:
זיינע מלאכים וועט ער באפעלן וועגן דיר, דיך אפצוהיטן;
11אויף די הענט וועלן זיי דיך טראגן,
אז דו זאלסט דיר נישט צעקלאפן דיין פוס אין א שטיין.
(תהלים צא, יא-יב.)
12און יהושע/ישוע האט אים ענטפערנדיק געזאגט: עס איז געזאגט געווארן:
דו זאלסט נישט אויספרואוון דעם האר דיין ג‑ט.
(דברים ו, טז.)
13און ווען דער שׂטן האט געענדיקט אלע אויספרווואונגען איז ער אוועק פון אים ביז אויף א צייט.
14און יהושע/ישוע האט זיך אומגעקערט אין דער קראפט פונם גייסט קיין גליל; און א קלאנג איז ארויסגעגאנגען וועגן אים אין דער גאנצער אומגעגנט. 15און ער האט געלערנט אין זייערע שולן, און אלע האבן אים אפגעגעבן כבוד.
16און ער איז געקומען קיין נצרת, וואו ער איז דערצויגן געווארן; און לויט זיין געוואוינהייט איז ער שבת אריינגעגאנגען אין שול און האט זיך אויפגעשטעלט צו לייענען. 17און מען האט אים געגעבן דאס ספר פון דעם נביא ישעיה. און אויפעפנענדיק דאס בוך האט ער געפונען דאס ארט, וואו עס איז געווען געשריבן:
18דער גייסט פונם האר (ה׳) איז אויף מיר,
ווייל ער האט מיך געזאלבט,
כדי אנצוזאגן א גוטע בשורה צו ארעמעלייט;
ער האט מיך געשיקט אויסצורופן באפרייאונג צו געפאנגענע,
און צו בלינדע—ווידער צו קענען זען,
די אונטערגעדריקטע ארויסצושיקן פריי,
19אויסצורופן א שנת רצון פון דעם האר (ה׳).
(ישעיהו סא, א-ב.)
20און ער האט צונויפגעוויקלט דאס ספר, האט עס אוועקגעגעבן דעם חזן און זיך אנידערגעזעצט; און אלעמענס אויגן אין שול זענען געווען גענייגט מיט שפאנונג אויף אים. 21און ער האט אנגעהויבן צו זאגן צו זיי: היינט איז די דאזיקע שריפט מקוים געווארן אין אייערע אויערן. 22און אלע האבן עדות געזאגט אויף אים און האבן זיך געוואונדערט איבער די ליבלעכע ווערטער, וואס זענען ארויסגעקומען פון זיין מויל; און האבן געזאגט: צי איז דען דאס נישט יוספס זון? 23און ער האט צו זיי געזאגט: זיכער וועט איר מיר זאגן דאס דאזיקע שפריכווארט: רופא, הייל דיך אליין! אלץ, וואס מיר האבן געהערט, אז עס איז געשען אין כפר‑נחום, טו אויך דא אין דיין פאטערשטאט! 24ער אבער האט געזאגט: באמת זאג איך אייך: קיין נביא איז נישט אנגענומען אין זיין פאטערשטאט. 25אויף אן אמת זאג איך אייך: א סך אלמנות זענען געווען אין ישראל אין די טעג פון אליהו (הנביא), ווען דער הימל איז געווען פארשלאסן אויף דריי יאר און זעקס חדשים, און עס איז געווארן א גרויסער הונגער איבערן גאנצן לאנד; 26און צו קיין איינער פון זיי איז אליהו נישט געשיקט געווארן, אחוץ קיין צרפת אין צידון צו א פרוי אן אלמנה. (מלכים א יז, א.) 27און א סך מצורעים זענען געווען אין ישראל אין דער צייט פונם נביא אלישע; און קיין איינער פון זיי איז נישט גערייניקט געווארן, אחוץ נעמן דער סיריער. (מלכים ב ה, א-יד.) 28און אלע אין שול זענען פול געווארן מיט צארן, הערנדיק די דאזיקע זאכן; 29און האבן זיך אויפגעהויבן און אים ארויסגעווארפן אויסער דער שטאט, און אים אוועקגעפירט ביז צום שפיץ פון דעם בארג, אויף וועלכן זייער שטאט איז געווען געבויט, כדי אים אראפצושטירצן. 30ער אבער, דורכגייענדיק דורך זייער מיט, איז זיך אוועק אויף זיין וועג.
31און ער איז אראפגעגאנגען קיין כפר‑נחום, א שטאט אין גליל; און אין די שבתים פלעגט ער זיי לערנען; 32און מען פלעגט שטוינען איבער זיין תורה, ווייל זיין ווארט איז געווען מיט מאכט. 33און אין דער שול איז געווען א מענטש, וואס האט געהאט אן אומריינעם בייזן גייסט, און ער האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול: 34וויי, וואס האבן מיר מיט דיר, יהושע/ישוע פון נצרת? ביסטו געקומען אונדז צו פארטיליקן? איך ווייס ווער דו ביסט—דער קדוש אלקים (הייליקער פון ה׳). 35און יהושע/ישוע האט אויף אים אנגעשריגן, אזוי צו זאגן: שווייג און גיי ארויס פון אים! און דער בייזער גייסט האט אים א ווארף געטאן ביז אין דער מיט, איז ארויס פון אים און האט אים גארנישט געשעדיקט. 36און אויף אלעמען איז אנגעפאלן א מורא, און זיי האבן גערעדט איינער מיטן אנדערן, אזוי צו זאגן: וואס פאר א ווארט איז דאס, אז מיט מאכט און מיט כוח באפעלט ער די אומריינע גייסטער, און זיי גייען ארויס! 37און דער קלאנג וועגן אים האט זיך פארשפרייט אויף יעדן ארט אין דער געגנט ארום.
38און ער איז אויפגעשטאנען און איז ארויסגעגאנגען פון שול אין שמעונס הויז אריין. שמעונס שוויגער אבער האט געליטן פון א שטארק פיבער, און זיי האבן אים געבעטן פאר אירעטוועגן. 39און ער האט זיך אנידערגעשטעלט איבער איר און האט אנגעשריגן דאס פיבער, און עס האט זי פארלאזט; און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעשטאנען און האט זיי באדינט.
40און ווען די זון איז אונטערגעגאנגען, האבן אלע, וואס האבן געהאט קראנקע מיט פארשיידענע שלאפקייטן, זיי געברענגט צו אים; און ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף יעדן איינעם פון זיי און זיי געהיילט. 41און עס זענען אויך ארויסגעגאנגען בייזע גייסטער פון פילע, שרייענדיק און זאגנדיק: דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער! און ער האט אנגעשריגן אויף זיי און האט זיי נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז ער איז דער משיח.
42און ווען עס איז געווארן טאג איז ער ארויסגעגאנגען און איז געקומען צו אן איינזאם ארט; און די המונים מענטשן האבן אים אויפגעזוכט און זענען געקומען צו אים, און האבן אים צוריקגעהאלטן, אז ער זאל נישט אוועק פון זיי. 43ער אבער האט צו זיי געזאגט: אויך אין די אנדערע שטעט מוז איך אנזאגן די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳; ווייל דערצו בין איך געשיקט געווארן.
44און ער פלעגט דרשענען אין די שולן פון יהודה.

Currently Selected:

לוקאס 4: OYBC

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in