YouVersion Logo
Search Icon

לוקאס 5

5
קאפיטל פינף
1און עס איז געשען, בעת דער המון מענטשן האט זיך געדרענגט צו אים, כדי צו הערן ה׳ס ווארט, און ער איז געשטאנען ביים ים גניסרת; 2האט ער געזען צוויי שיפלעך ליגן ביים ים ברעג, און די פישער זענען אויסגעשטיגן פון זיי און האבן געוואשן די נעצן. 3איז ער איינגעשטיגן אין איינס פון די שיפלעך, וועלכעס האט געהערט שמעונען, און האט אים געבעטן אוועקצופארן אביסל פון דער יבשה; און האט זיך אנידערגעזעצט און געלערנט די המונים מענטשן אויס דעם שיפל ארויס. 4און ווען ער האט אויפגעהערט צו רעדן, האט ער געזאגט צו שמעונען; פאָר אריבער צו דער טיפעניש און לאזט אראפ אייערע נעצן צום פאנג! 5און ענטפערנדיק האט שמעון געזאגט: האר, דורך דער גאנצער נאכט האבן מיר געפראצעוועט, און גארנישט געכאפט; נאר אויף דיין ווארט וועל איך אראפלאזן די נעצן. 6און ווען זיי האבן דאס דאזיקע געטאן, האבן זיי געכאפט א גרויסע מענגע פיש; זייערע נעצן אבער האבן זיך צעריסן. 7און זיי האבן געמאכט צייכנס צו זייערע חברים אין דעם אנדערן שיפל, אז זיי זאלן קומען זיי העלפן; און זיי זענען געקומען און האבן אנגעפילט ביידע שיפלעך ביז צום זינקען. 8און זעענדיק דאס, איז שמעון פעטרוס אנידערגעפאלן אויף די קני פאר יהושען/ישוען, זאגנדיק: האר, גיי אוועק פון מיר, ווייל איך בין א זינדיקער מענטש! 9ווארום עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און אלע, וואס זענען געווען מיט אים איבער דעם פישפאנג, וואס זיי האבן געפאנגען, 10און אויך אזוי יעקבן און יוחנן, זבדיס זין, וואס זענען געווען שמעונס חברים. און יהושע/ישוע האט געזאגט צו שמעונען: האב נישט קיין מורא; פון איצט אָן וועסטו פאנגען מענטשן. 11און ברענגענדיק די שיפלעך צו דער יבשה, האבן זיי אלץ פארלאזט און אים נאכגעפאלגט. 12און עס איז געשען, בעת ער איז געווען אין איינער פון די שטעט, זע, עס איז געווען א מאן פול צרעת; און ווי ער האט געזען יהושען/ישוען, איז ער אנידערגעפאלן אויפן פנים, האט אים געבעטן און געזאגט: האר, אויב דו זאלסט וועלן, קענסטו מיך מאכן ריין!
13און ער האט אויסגעשטרעקט די האנט, האט אים אנגערירט און געזאגט: איך וויל, זיי ריין! און גלייך איז די צרעת פון אים אוועק. 14און ער האט אים באפוילן, עס קיינעמען נישט אויסצוזאגן, נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב פאר דיין רייניקונג, אזוי ווי משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי! (ויקרא יד, א-לב.) 15אבער דער באריכט וועגן אים האט זיך נאכמער פארשפרייט, און גרויסע מאסן מענטשן זענען זיך צוזאמענגעקומען, אים צו הערן און געהיילט צו ווערן פון זייערע שלאפקייטן. 16נאר ער האט זיך צוריקגעצויגן אין די מדבריות אריין און תפילה געטאן.
17און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט, און עס זענען דערביי געזעסן פרושים און לומדים פון דער תורה, וואס זענען געקומען אויס יעדן דארף פון גליל און יהודה און ירושלים; און די גבורה פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים צו היילן. 18און זע, מענער האבן געטראגן אויף א בעט א מענטשן, וועלכער איז געווען פאראליזשירט; און האבן געזוכט אים אריינצוברענגען, און צו לייגן פאר אים. 19און נישט געפינענדיק (קיין מעגלעכקייט) וויאזוי זיי זאלן אים אריינברענגען צוליב דעם המון מענטשן, זענען זיי ארויפגעשטיגן אויפן דאך, און האבן אים אראפגעלאזט דורך די שינדלען מיט דעם בעטל אין דער מיט פאר יהושען/ישוען. 20און ווען יהושע/ישוע האט געזען זייער אמונה, האט ער געזאגט: מענטש, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן! 21און די סופרים און די פרושים האבן אנגעהויבן נאכצוטראכטן, אזוי צו זאגן: ווער איז ער דאס, וואס רעדט ארויס לעסטערונגען? ווער קען דאס מוחל זיין זינד, אחוץ ה׳ אליין? 22יהושע/ישוע האט אבער איינגעזען זייערע מחשבות, און האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: פארוואס טראכט איר נאך אין אייערע הערצער? 23וואס איז לייכטער, צו זאגן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן, אדער צו זאגן: שטיי אויף און גיי? 24נאר כדי איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות אויף דער ערד מוחל צו זיין זינד—האט ער געזאגט צום פאראליטיקער—דיר זאג איך, שטיי אויף און נעם דיין בעטל און גיי אהיים! 25און אין אן אויגנבליק איז ער אויפגעשטאנען פאר זיי, האט גענומען דאס (בעטל) אויף וועלכן ער איז געלעגן, און איז אוועק אהיים לויבנדיק ה׳. 26און א דערשטוינונג האט אלעמען אנגעכאפט, און זיי האבן געלויבט ה׳; און זענען אנגעפילט געווארן מיט מורא און האבן געזאגט: אומגלויבלעכע זאכן האבן מיר היינט געזען!
27און נאך דעם איז ער ארויסגעגאנגען און האט געזען א שטייער אויפמאנער, מיט דעם נאמען לוי, זיצן ביים שטייער אמט, און האט צו אים געזאגט: פאלג מיר נאך! 28און ער האט אלץ פארלאזט, איז אויפגעשטאנען און האט אים נאכגעפאלגט. 29און לוי האט פאר אים געמאכט א גרויס מאלצייט אין זיין הויז, און עס איז געווען א גרויסער עולם שטייער אויפמאנער און אנדערע, וואס זענען געזעסן מיט זיי (ביים טיש). 30און די פרושים און זייערע סופרים האבן געמורמלט צו די תלמידים זיינע, אזוי צו זאגן: פארוואס עסט איר און טרינקט מיט שטייער אויפמאנער און זינדער? 31און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: נישט די געזונטע נויטיקן זיך אין א רופא, נאר די קראנקע; 32איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים צו תשובה! 33זיי אבער האבן געזאגט צו אים: יוחננס תלמידים פאסטן אפט און טאן תפילה, אזוי טאן אויך די תלמידים פון די פרושים; דיינע אבער עסן און טרינקען. 34האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: צי קענט איר דען מאכן פאסטן די חתונה לייט בשעת דער חתן איז מיט זיי? 35עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט אוועקגענומען ווערן פון זיי; דעמאלט וועלן זיי פאסטן אין יענע טעג. 36און האט אויך געזאגט א משל צו זיי: קיינער שניידט נישט אפ קיין לאטע פון א נייעם בגד און לייגט זי אויף אן אלטן בגד; ווייל אויב יא, איז סאי ער שניידט אפ דאס נייע, סאי די לאטע פונם נייעם פאסט נישט דעם אלטן. 37עס גיסט אויך קיינער נישט אריין קיין נייעם וויין אין אלטע לאגלען; ווייל אויב יא, צערייסט דער נייער וויין די לאגלען, און ווערט אליין אויסגעגאסן און די לאגלען גייען פארלוירן; 38נאר נייעם וויין מוז מען אריינגיסן אין נייע לאגלען. 39און קיינער, וואס האט געטרונקען אלטן, וויל נייעם; ווארום ער זאגט: דער אלטער איז גוט!

Currently Selected:

לוקאס 5: OYBC

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in