לוקאס 3
3
קאפיטל דריי
1און אין דעם פופצענטן יאר פון דער הערשאפט פון קיסר טיבעריוס, בעת פאנטיוס פילאטוס איז געווען גובערנאטאר פון יהודה, און הורדוס איז געווען טעטרארך פון גליל, און פיליפוס, זיין ברודער, איז געווען טעטרארך פון איטורעא און פון דער געגנט טראכאניטיס, און ליזיאנוס איז געווען טעטרארך פון אבילענע, 2ווען חנן און קיפא זענען געווען כהנים גדולים, איז ה׳ס ווארט געקומען צו יוחנן בן זכריה אין דער מדבר. 3און ער איז געקומען אין דער גאנצער אומגעגנט פון ירדן און האט אויסגערופן א מקווה פון תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד, 4אזוי ווי עס שטייט געשריבן אינם ספר פון די ווערטער פון ישעיה הנביא:
א קול פון איינעם וואס שרייט אין דער מדבר:
גרייט צו דעם וועג פון דעם האר (ה׳),
מאכט גלייך זיינע שטעגן.
5יעדער טאל זאל אנגעפילט ווערן
און יעדער בארג און יעדעס בערגל זאלן דערנידעריקט ווערן,
און די קרומע (ערטער) זאלן אויסגעגלייכט ווערן
און די נישט גלייכע צו גלאטע וועגן;
6און זאל יעדער בשר (ודם) זען די ישועה פון ה׳.
(ישעיהו מ, ג-ה.)
7און ער האט געזאגט צו די המונים מענטשן, וואס זענען ארויסגעקומען געטובלט צו ווערן אין דער מקווה פון אים: איר שפראץ פון שלאנגען, ווער האט אייך געגעבן צו פארשטיין צו אנטלויפן פון דעם קומענדיקן צארן? 8ברענגט דעריבער פירות, (וואס זענען) ווירדיק פון תשובה, און הויבט נישט אָן זיך איינצורעדן: מיר האבן אברהם אלס אונדזער פאטער; ווארום איך זאג אייך, אז ה׳ איז בכוח אויס די דאזיקע שטיינער אויפצושטעלן קינדער צו אברהמען. 9און די האק ליגט אויך שוין ביים ווארצל פון די ביימער; דעריבער יעדער איינער בוים, וואס ברענגט נישט קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט און געווארפן אין פייער אריין. 10און די מאסן מענטשן האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: וואס זשע זאלן מיר טאן? 11און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווער עס האט צוויי העמדער, דער זאל זיך טיילן מיט דעם, וואס האט גארנישט; און דער, וואס האט שפייז, זאל אויך אזוי טאן! 12און אויך שטייער אויפמאנער זענען געקומען צו לאזן זיך טובל זיין אין דער מקווה און האבן געזאגט צו אים: רבי, וואס זאלן מיר טאן? 13האט ער צו זיי געזאגט: פאדערט נישט מער ווי עס איז אייך באשטימט געווארן! 14און אויך זעלנער האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: און מיר, וואס זאלן מיר טאן? און ער האט צו זיי געזאגט: באדריקט קיינעם נישט, ברענגט נישט קיין מסירות אויף קיינעם, און באגענוגענט אייך מיט אייער געהאלט.
15און אזוי ווי דאס פאלק איז געווען אין דערווארטונג, און אלע האבן זיך געפרעגט אין זייערע הערצער וועגן יוחנן, צי איז ער אליין נישט אפשר דער משיח, 16האט יוחנן געענטפערט זאגנדיק צו אלעמען: איך טובל אייך טאקע מיט וואסער אין א מקווה, עס קומט אבער א שטארקערער פון מיר; וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן דאס שנירל פון זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער; 17זיין ווינטשויפל איז אין זיין האנט, אויסצורייניקן זיין דרעשעריי און איינצוזאמלען דעם ווייץ אין שייער אריין, די פלעווע אבער וועט ער פארברענען מיט פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס. 18און נאך מיט א סך אנדערע אזהרות האט ער אנגעזאגט די גוטע בשורה צום פאלק. 19הורדוס אבער, דער טעטרארך, ווערנדיק געמוסרט פון אים וועגן הורודיה, זיין ברודערס ווייב, און וועגן אלע מעשים רעים, וואס הורדוס האט געטאן, 20האט ער צו דעם אלעם צוגעלייגט אויך דאס דאזיקע, וואס ער האט יוחנן פארשלאסן אין געפענקעניש.
21און עס איז געשען, בשעת דאס גאנצע פאלק האט זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה און יהושע/ישוע איז אויך געטובלט געווארן אין דער מקווה און האט תפילה געטאן, האט זיך דער הימל געעפנט, 22און דער רוח הקודש איז אראפגעקומען אויף אים אין א קערפערלעך געשטאלט, ווי א טויב; און עס איז געקומען א קול פון הימל; דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!
23און יהושע/ישוע אליין איז אלט געווען ביי דרייסיק יאר ווען ער האט אנגעהויבן (זיין עבודה); און איז געווען, ווי מען האט געמיינט, דער זון פון יוסף בן עלי, 24בן מתת, בן לוי, בן מלכי, בן יני, בן יוסף, 25בן מתתיהו, בן עמוס, בן נחום, בן חסלי, בן נגי, 26בן מחת, בן מתתיהו, בן שמעי, בן יוסף, בן יודה, 27בן יוחנן, בן רישא, בן זרובבל, בן שאלתיאל, בן נרי, 28בן מלכי, בן אדי, בן קוסם, בן אלמודם, בן ער, 29בן יהושע/ישוע, בן אליעזר, בן יורים, בן מתת, בן לוי, 30בן שמעון, בן יהודה, בן יוסף, בן יונם, בן אליקים, 31בן מליא, בן מינא, בן מתתה, בן נתן, בן דוד, 32בן ישי, בן עובד, בן בועז, בן שלמון, בן נחשון, 33בן עמינדב, בן אדמין, בן ארני, בן חצרון, בן פרץ, בן יהודה, 34בן יעקב, בן יצחק, בן אברהם, בן תרח, בן נחור, 35בן שרוג, בן רעו, בן פלג, בן עבר, בן שלח, 36בן קינן, בן ארפכשד, בן שם, בן נוח, בן למך, 37בן מתושלח, בן חנוך, בן ירד, בן מהללאל, בן קינן, 38בן אנוש, בן שת, בן אדם, בן אלקים.
Currently Selected:
לוקאס 3: OYBC
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.