לוקאס 1
1
1ווייל א סך האבן אונטערגענומען צוזאמענצושטעלן א געשיכטע פון די פאקטן, וואס זענען פארגעקומען צווישן אונדז, 2אזוי ווי עס האבן זיי אונדז איבערגעגעבן די, וואס האבן זיי אליין געזען פון אנהויב אָן און זענען געווען דינער פונם ווארט, 3איז עס מיר אויך וואוילגעפעלן, האבנדיק אלץ גרינטלעך אויסגעפארשט אויפסניי, צו שרייבן צו דיר לויט א סדר, אָ נאבעלער טעאפילוס, 4כדי דו זאלסט זיך דערוויסן די זיכערקייט פון די זאכן, וועלכע דו ביסט געלערנט געווארן.
5עס איז געווען אין די טעג פון הורדוס, קעניג פון יהודה, א געוויסער כהן, וואס האט געהייסן זכריה, פון דעם משמר פון אביה; און ער האט געהאט א ווייב פון די טעכטער פון אהרן, און זי האט געהייסן אלישבע. 6און ביידע זענען זיי געווען צדיקים פאר ה׳, און האבן געלעבט אין אלע מצוות און חוקים פון דעם האר (ה׳) אָן א פעלער. 7און זיי האבן נישט געהאט קיין קינד, ווייל אלישבע איז געווען אן עקרה, און ביידע האבן שוין געהאט דערגרייכט א טיפע עלטער.
8און עס איז געשען, בשעת ער האט אפגעריכט די עבודה פאר ה׳ לויט דעם סדר פון זיין משמר, 9איז אויסגעפאלן דער גורל, לויט דעם מנהג פון דער כהונה, אז ער זאל אריינגיין רויכערן קטורת אינם היכל פון דעם האר (ה׳), 10און דער גאנצער המון עם האט מתפלל געווען אינדרויסן אין דער שעה פון קטורת. 11און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים, שטייענדיק אויף דער רעכטער זייט פונם מזבח הקטורת. 12און זכריה האט אים געזען, און האט זיך דערשראקן, און א מורא איז געפאלן אויף אים. 13דער מלאך אבער האט צו אים געזאגט: פארכט דיך נישט, זכריה; ווייל דיין תפילה איז דערהערט געווארן, און אלישבע, דיין ווייב, וועט דיר געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יוחנן. 14און ער וועט זיין פאר דיר א פרייד און א שמחה, און א סך וועלן זיך פרייען איבער זיין געבורט. 15ווארום ער וועט זיין גרויס פאר דעם האר (ה׳), און וויין און שארפע געטראנקען וועט ער נישט טרינקען, און שוין פון זיין מוטערס לייב אָן וועט ער זיין פול מיט דעם רוח הקודש. 16און א סך פון די קינדער ישראל וועט ער צוריקפירן צום האר, דעם ג‑ט זייערן. 17און ער וועט פארויסגיין פאר אים אינם גייסט און אין דער מאכט פון אליהו, צוריק צו קערן די הערצער פון די פאטערס צו די קינדער און די ווידערשפעניקע—צו דער פארשטענדיקייט פון צדיקים, צו שאפן א צוגעגרייט פאלק פאר דעם האר (ה׳). (מלאכי ד, ה-ו; ישעיהו מ, ג.) 18און זכריה האט געזאגט צו דעם מלאך; לויט וואס וועל איך דאס דאזיקע דערקענען? ווארום איך בין א זקן און מיין ווייב איז אויך שוין אין אירע עלטערע יארן. 19און דער מלאך האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: איך בין גבריאל (דניאל ח, טז; ט, כא.), וואס שטייט פאר ה׳, און בין געשיקט געווארן צו רעדן צו דיר און דיר אנצוזאגן די גוטע בשורה פון די דאזיקע זאכן. 20און זע, דו וועסט זיין שטום און נישט קענען רעדן ביז צום טאג ווען די דאזיקע זאכן וועלן געשען, ווייל דו האסט נישט געגלויבט מיינע ווערטער, וועלכע וועלן דערפילט ווערן אין זייער צייט. 21און דאס פאלק האט געווארט אויף זכריהן, און האט זיך געוואונדערט וואס ער זוימט זיך אינם היכל, 22און ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער נישט געקענט רעדן צו זיי; און זיי האבן פארשטאנען, אז ער האט געזען א חזיון אינם היכל; און ער האט זיך פארשטענדיקט מיט זיי דורך צייכנס, און איז פארבלייבן שטום. 23און עס איז געשען, ווען די טעג פון זיין אפריכטן די עבודה זענען דערפילט געווארן, איז ער אהיים געגאנגען.
24און נאך די דאזיקע טעג איז אלישבע, זיין ווייב, טראגעדיק געווארן, און זי האט זיך פארבארגן פינף חדשים, אזוי צו זאגן: 25אזוי האט דער האר (ג‑ט) מיר געטאן אין די טעג ווען ער האט אויף מיר געקוקט אוועקצונעמען מיין חרפה צווישן מענטשן.
26און אין דעם זעקסטן חודש איז דער מלאך גבריאל געשיקט געווארן פון ה׳ קיין גליל אין א שטאט אריין וואס האט געהייסן נצרת, 27צו א יונגפרוי בתולה וואס איז געווען פארקנסט צו א מאן מיט דעם נאמען יוסף, אויס דעם בית דוד; און די יונגפרוי בתולה האט געהייסן מרים. 28און אריינקומענדיק צו איר האט ער געזאגט: שלום דיר, דו מיט גנאד באשענקטע, דער האר (ה׳) איז מיט דיר. 29זי האט זיך אבער דערשראקן איבער דעם ווארט, און האט זיך געטראכט, וואס זאל די דאזיקע באגריסונג באטייטן? 30און דער מלאך האט צו איר געזאגט: פארכט דיך נישט, מרים; ווארום דו האסט געפונען חן ביי ה׳, 31און זע, דו וועסט מעוברת ווערן און געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע, 32ער וועט זיין גרויס, און וועט גערופן ווערן זון פון דעם אויבערשטער; און דער האר ג‑ט וועט אים געבן דעם טראן פון זיין פאטער דוד; 33און ער וועט קעניגן איבער דעם הויז פון יעקב אויף אייביק, און זיין מלכות וועט נישט האבן קיין סוף. (ישעיהו ט, ו-ז.) 34און מרים האט געזאגט צום מלאך: וויאזוי וועט דאס דאזיקע זיין, איך קען דאך נישט קיין מאן? 35און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו איר: דער רוח הקודש וועט קומען איבער דיר, און דעם אויבערשטנס גבורה וועט דיך באשאטן; דערפאר וועט דאס געבוירענע (קינד) אויך גערופן ווערן הייליק, זון פון דעם אויבערשטער. (ישעיהו ז, יד.) 36און זע, אלישבע, די קרובה דיינע, אויך זי איז טראגעדיק מיט א זון אויף איר עלטער, און זי, וועמען מען האט גערופן עקרה, איז שוין אין זעקסטן חודש; 37ווייל קיין זאך איז נישט אוממעגלעך פאר ה׳. 38און מרים האט געזאגט: זע, איך בין די דינסטמויד פון דעם האר (ג‑ט); זאל מיר געשען לויט דיין ווארט. און דער מלאך איז אוועקגעגאנגען פון איר.
39און מרים איז אויפגעשטאנען אין די דאזיקע טעג און איז אייליק אוועקגעגאנגען צום בארגלאנד, צו א שטאט אין יהודה; 40און איז אריינגעגאנגען אין זכריהס הויז און האט אפגעגעבן שלום אלישבען. 41און עס איז געשען, ווי אלישבע האט געהערט מרימס באגריסונג, האט דאס קינד א שפרונג געטאן אין איר לייב; און אלישבע איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש, 42און האט אויפגעהויבן איר קול מיט א הויך געשריי, און געזאגט: געבענטשט ביסטו צווישן פרויען, און געבענטשט איז די פרוכט פון דיין לייב. 43און פארוואס איז דאס דאזיקע מיר געשען, אז די מוטער פון מיין האר זאל קומען צו מיר? 44ווארום זע, ווי דאס קול פון דיין באגריסונג איז געקומען אין מיינע אויערן אריין, האט דאס קינד א שפרונג געטאן מיט שמחה אין מיין לייב. 45און אז וואויל איז איר וואס האט געגלויבט, אז עס וועט זיין א דערפילונג צו דעם, וואס איז איר געזאגט געווארן פונם האר (ה׳). 46און מרים האט געזאגט:
47עס טוט דערהייבן מיין זעל דעם האר,
און עס פריידט זיך מיין גייסט אין ה׳, מיין דערלייזער,
48ווייל ער האט געבליקט אויף דער נידעריקייט פון זיין דינסטמויד;
ווארום זע, פון איצט אָן וועלן מיך רופן געבענטשטע אלע דורות,
49ווייל גרויסע זאכן האט מיר געטאן דער מעכטיקער,
און הייליק איז זיין נאמען;
50און זיין בארעמהארציקייט איז פון דור צו דור צו די,
וואס פארכטן זיך פאר אים.
51מאכט האט ער באוויזן מיט זיין ארעם,
צעשפרייט האט ער די שטאלצע אין דער מחשבה פון זייער הארץ.
52פון טראנען האט ער אראפגעזעצט מעכטיקע,
און נידריקע האט ער דערהייבט;
53הונגריקע האט ער אנגעפילט מיט אלעם גוטן,
און רייכע אוועקגעשיקט מיט גארנישט.
54געהאלפן האט ער זיין קנעכט ישראל,
געדענקענדיק זיין רחמנות,
55אזוי ווי ער האט גערעדט צו אונדזערע אבות,
צו אברהם און זיין זאמען אויף אייביק.
56און מרים איז געבליבן ביי איר אן ערך דריי חדשים, און האט זיך אומגעקערט אהיים.
57פאר אלישבען אבער האט זיך דערפילט די צייט פון איר קימפעט, און זי האט געבוירן א זון. 58און אירע שכנים און קרובים האבן געהערט, אז דער האר (ה׳) האט איר ארויסגעוויזן גרויס חסד, און האבן זיך געפריידט מיט איר. 59און עס איז געשען, דעם אכטן טאג איז מען געקומען מל זיין דאס קינד, און מען האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין פאטער זכריה. 60און זיין מוטער האט ענטפערנדיק געזאגט: ניין; נאר ער זאל הייסן יוחנן. 61און זיי האבן צו איר געזאגט: אין דיין משפחה איז דאך נישטא קיינער, וואס האט דעם דאזיקן נאמען! 62און זיי האבן געוואונקען צו זיין פאטער, ווי וואלט ער געוואלט אים א נאמען געבן. 63און ער האט געבעטן א שרייב טעוועלע און האט אויפגעשריבן, אזוי צו זאגן; זיין נאמען איז יוחנן! און אלע האבן זיך געוואונדערט. 64און אין אן אויגנבליק האבן זיך זיין מויל און צונג געעפנט; און ער האט גערעדט, לויבנדיק ה׳. 65און א מורא איז געקומען אויף אלע זייערע שכנים, און אין דעם גאנצן בארגלאנד פון יהודה האט מען גערעדט פון אלע די דאזיקע זאכן. 66און אלע, וואס האבן דאס געהערט, האבן עס זיך גענומען צום הארצן, אזוי צו זאגן: וואס וועט דאס דאזיקע קינד זיין? ווארום אויך די האנט פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים.
67און זכריה, זיין פאטער, איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האט נבואות געזאגט, אזוי צו זאגן:
68געלויבט זאל זיין דער האר, דער ג‑ט פון ישראל.
ווייל ער האט השגחה געהאט און געשאפן א ישועה פאר זיין פאלק,
69און אויפגעשטעלט א הארן פון גאולה פאר אונדזערטוועגן
אין דעם הויז פון דוד זיין קנעכט,
70לויט ווי ער האט גערעדט דורך דעם מויל פון זיינע הייליקע נביאים.
פון אייביק אָן,
71א רעטונג פון אונדזערע שונאים און אויס דער האנט
פון אלע, וואס האסן אונדז;
72צו טאן חסד מיט אונדזערע אבות,
און צו געדענקען זיין הייליקן בונד;
73די שבועה, וואס ער האט געשוואוירן צו אונדזער פאטער אברהם;
74אונדז צו געבן, זייענדיק באפרייט אויס דער האנט פון אונדזערע שונאים,
מיר זאלן אים דינען אָן מורא,
75אין קדושה און גערעכטיקייט פאר אים אלע אונדזערע טעג.
76און דו, קינד, וועסט גערופן ווערן: נביא פון דעם אויבערשטער,
ווארום דו וועסט גיין פארויס פאר דעם האר
צוצוגרייטן זיינע וועגן, (ישעיהו מ, ג.)
77כדי צו געבן זיין פאלק דערקענטעניש פון ישועה
דורך דער פארגעבונג פון זייערע זינד,
78דורך דער הערצלעכער דערבארמונג פון אונדזער ג‑ט,
דורך וועלכן א זונאויפגאנג פון אויבן וועט קומען צו אונדז,
79זיי צו געבן ליכט וואס זיצן אין פינצטערניש
און אין שאטן פון טויט,
צו פירן אונדזערע פיס אינם וועג פון שלום.
80און דאס קינד איז געוואקסן און איז שטארק געווארן אינם גייסט, און איז געווען אין מדבריות ביז צום טאג פון זיין באווייזן זיך צו ישראל.
Currently Selected:
לוקאס 1: OYBC
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.