ברֵאשִית יא
יא
1און די גאַנצע ערד איז געװען אײן שפּראַך און אײנע װערטער. 2און עס איז געװען, אַז זײ האָבן געצױגן אין מזרח, האָבן זײ געפֿונען אַ פּלױן אין לאַנד שִנעָר, און האָבן זיך דאָרטן באַזעצט. 3און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן: קומט לאָמיר מאַכן ציגל און אױסברענען אין אַ ברענערײַ. און די ציגל איז זײ געװען פֿאַר שטײן, און לײם איז זײ געװען פֿאַר װאַפּנע. 4און זײ האָבן געזאָגט: קומט לאָמיר אונדז בױען אַ שטאָט, און אַ טורעם מיט זײַן שפּיץ אין הימל, און לאָמיר אונדז מאַכן אַ נאָמען, כּדי מיר זאָלן נישט צעשפּרײט װערן אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד. 5האָט ה׳ אַראָפּגענידערט צו זען די שטאָט און דעם טורעם, װאָס די מענטשנקינדער האָבן געבױט. 6און ה׳ האָט געזאָגט: זע, זײ זײַנען אײן {אֶחָד}#11.6 זען הערה דְבָֿרִים 6.4 פֿאָלק, און אײן שפּראַך איז בײַ זײ אַלעמען, און דאָס איז ערשט אַן אָנהײב פֿון זײער טאָן, און אַצונד װעט פֿון זײ נישט פֿאַרמיטן װערן אַלץ װאָס זײ טראַכטן צו טאָן. 7קומט לאָמיר אַראָפּנידערן, און צעמישן דאָרטן זײער שפּראַך, אַז זײ זאָלן נישט פֿאַרשטײן אײנער דעם אַנדערנס שפּראַך. 8און ה׳ האָט זײ צעשפּרײט פֿון דאָרטן אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד, און זײ האָבן אױפֿגעהערט בױען די שטאָט. 9דערום האָט מען גערופֿן איר נאָמען בָבֿל, װײַל דאָרטן האָט ה׳ צעמישט די שפּראַך פֿון דער גאַנצער ערד, און פֿון דאָרטן האָט זײ ה׳ צעשפּרײט אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד.
10דאָס זײַנען די געבורטן פֿון שֵמען: צו הונדערט יאָר האָט שֵם געבאָרן אַרפַּכשַדן, צװײ יאָר נאָכן מבול. 11און שֵם האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן אַרפַּכשַדן, פֿינף הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
12און אַרפַּכשַד האָט געלעבט פֿינף און דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן שֶלַחן. 13און אַרפַּכשַד האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן שֶלַחן, פֿיר הונדערט יאָר און דרײַ יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
14און שֶלַח האָט געלעבט דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן עֵבֶֿרן. 15און שֶלַח האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן עֵבֶֿרן, פֿיר הונדערט יאָר און דרײַ יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
16און עֵבֶֿר האָט געלעבט פֿיר און דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן פֶּלֶגן. 17און עֵבֶֿר האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן פֶּלֶגן, פֿיר הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
18און פֶּלֶג האָט געלעבט דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן רְעון. 19און פֶּלֶג האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן רְעון, צװײ הונדערט יאָר און נײַן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
20און רְעו האָט געלעבט צװײ און דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן שׂרוגן. 21און רְעו האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן שׂרוגן, צװײ הונדערט יאָר און זיבן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
22און שׂרוג האָט געלעבט דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן נָחוֹרן. 23און שׂרוג האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן נָחוֹרן, צװײ הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
24און נָחוֹר האָט געלעבט נײַן און צװאַנציק יאָר, און האָט געבאָרן תֶּרַחן. 25און נָחוֹר האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן תֶּרַחן, הונדערט יאָר און נײַנצן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
26און תֶּרַח האָט געלעבט זיבעציק יאָר, און האָט געבאָרן אבֿרמען, נָחוֹרן, און הָרָנען.
27און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון תֶּרַחן: תֶּרַח האָט געבאָרן אבֿרמען, נָחוֹרן, און הָרָנען; און הָרָן האָט געבאָרן לוֹטן. 28און הָרָן איז געשטאָרבן בײַם לעבן פֿון זײַן פֿאָטער תֶּרַחן, אין לאַנד פֿון זײַן געבורט, אין אור-כַּשׂדים. 29און אבֿרם און נָחוֹר האָבן זיך גענומען װײַבער; דער נאָמען פֿון אבֿרמס װײַב איז געװען שָׂרַי, און דער נאָמען פֿון נָחוֹרס װײַב איז געװען מִלכָּה, די טאָכטער פֿון הָרָן, דעם פֿאָטער פֿון מִלכָּהן און דעם פֿאָטער פֿון יִסכָּהן. 30און שָׂרַי איז געװען אַן עקרה, זי האָט נישט געהאַט קײן קינדער.
31און תֶּרַח האָט גענומען זײַן זון אבֿרמען, און זײַן אײניקל לוֹט, דער זון פֿון הָרָנען, און זײַן שנור שָׂרַי, די װײַב פֿון זײַן זון אבֿרמען, און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען מיט זײ פֿון אור-כַּשׂדים, צו גײן קײן לאַנד כּנַעַן. און זײ זײַנען געקומען ביז חָרָן, און האָבן זיך דאָרטן באַזעצט.
32און די טעג פֿון תֶּרַחן זײַנען געװען צװײ הונדערט יאָר און פֿינף יאָר. און תֶּרַח איז געשטאָרבן אין חָרָן.
Currently Selected:
ברֵאשִית יא: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh