ברֵאשִית יט
יט
1און די צװײ מלאָכים זײַנען געקומען קײן סדוֹם אין אָװנט; און לוֹט איז געזעסן אין טױער פֿון סדוֹם. און לוֹט האָט זײ דערזען, און ער האָט זיך אױפֿגעשטעלט זײ אַנטקעגן, און האָט זיך געבוקט מיטן פּנים צו דער ערד. 2און ער האָט צו זײ געזאָגט: זעט, איך בעט אײַך, מײַנע האַרן, קערט אײַן אין הױז פֿון אײַער קנעכט אױף איבער נאַכט, און װאַשט אײַערע פֿיס; און איר װעט זיך פֿעדערן, און װעט גײן אױף אײַער װעג. האָבן זײ געזאָגט: נײן, נײַערט אױף דער גאַס װעלן מיר נעכטיקן. 3איז ער זײער צוגעשטאַנען צו זײ, און זײ האָבן אײַנגעקערט צו אים, און זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין זײַן הױז, און ער האָט פֿאַר זײ געמאַכט אַ מאָלצײַט, און געבאַקן אומגעזײַערטע קוכנס, און זײ האָבן געגעסן.
4אײדער נאָך זײ האָבן זיך געלײגט, האָבן די מענטשן פֿון שטאָט, די מענטשן פֿון סדוֹם, אַרומגערינגלט דאָס הױז, פֿון יונג ביז אַלט, דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון עק צו עק. 5און זײ האָבן גערופֿן צו לוֹטן, און האָבן צו אים געזאָגט: װוּ זײַנען די מענער װאָס זײַנען צו דיר געקומען די נאַכט? ברענג זײ אַרױס צו אונדז, מיר זאָלן זײ דערקענען. 6איז לוֹט אַרױסגעגאַנגען צו זײ אין אײַנגאַנג, און די טיר האָט ער פֿאַרשלאָסן הינטער זיך. 7און ער האָט געזאָגט: איך בעט אײַך, מײַנע ברידער, טוט נישט קײן שלעכטס. 8אָט, איך בעט אײַך, זײַנען בײַ מיר צװײ טעכטער װאָס װײסן נישט פֿון קײן מאַן, לאָמיך זײ אַרױסברענגען צו אײַך, און טוט מיט זײ װי עס איז גוט אין אײַערע אױגן, נאָר די דאָזיקע מענער זאָלט איר קײן זאַך נישט טאָן, אַזױ װי זײ זײַנען געקומען אין דעם שאָטן פֿון מײַן דאַך. 9האָבן זײ געזאָגט: גײ אַװעק! און זײ האָבן געזאָגט: געקומען אײנער װױנען, און משפּטן װיל ער משפּטן! אַצונד װעלן מיר זיך מיט דיר נאָך ערגער באַגײן װי מיט זײ. און זײ זײַנען זײער צוגעשטאַנען צו דעם מאַן, צו לוֹטן, און האָבן גענענט אײַנצוברעכן די טיר. 10האָבן די מענער אױסגעשטרעקט זײער האַנט, און אַרײַנגעבראַכט לוֹטן צו זיך אין הױז, און די טיר האָבן זײ פֿאַרשלאָסן. 11און די לײַט װאָס בײַם אײַנגאַנג פֿון הױז האָבן זײ געשלאָגן מיט בלינדקײט פֿון קלײן ביז גרױס, און זײ האָבן נישט געקענט געפֿינען דעם אײַנגאַנג. 12און די מענער האָבן געזאָגט צו לוֹטן: װעמען נאָך האָסטו דאָ? אַן אײדים אָדער דײַנע זין און דײַנע טעכטער, אָדער װעמען נאָר דו האָסט אין דער שטאָט, פֿיר אַרױס פֿון דעם אָרט; 13װאָרום מיר צעשטערן דעם דאָזיקן אָרט, װײַל דאָס געשרײ װעגן זײ איז גרױס פֿאַר ה׳, און ה׳ האָט אונדז געשיקט זי צו צעשטערן.
14איז לוֹט אַרױסגעגאַנגען, און האָט גערעדט צו זײַנע אײדימס, די װאָס האָבן גענומען זײַנע טעכטער, און ער האָט געזאָגט: שטײט אױף, גײט אַרױס פֿון דעם דאָזיקן אָרט, װאָרום ה׳ צעשטערט די שטאָט. און ער איז געװען װי אײנער װאָס מאַכט שפּאַס אין די אױגן פֿון זײַנע אײדימס.
15און װי דער פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען, אַזױ האָבן די מלאָכים געאײַלט לוֹטן, אַזױ צו זאָגן: שטײ אױף, נעם דײַן װײַב, און דײַנע צװײ טעכטער װאָס געפֿינען זיך דאָ, כּדי זאָלסט נישט אומגעבראַכט װערן דורך דער זינד פֿון דער שטאָט. 16און אַז ער האָט געזאַמט, האָבן די מענער אָנגענומען זײַן האַנט, און די האַנט פֿון זײַן װײַב, און די האַנט פֿון זײַנע צװײ טעכטער; פֿון װעגן ה׳ס באַרעמהאַרציקײט און רחמנות אױף אים. און זײ האָבן אים אַרױסגעפֿירט, און האָבן אים געלאָזט אױסן שטאָט. 17און עס איז געװען, װי זײ האָבן אים אַרױסגעפֿירט דרױסן, אַזױ האָט ער געזאָגט: אַנטרין מיט דײַן לעבן; זאָלסט זיך נישט אומקוקן הינטער דיר, און זיך נישט אָפּשטעלן אין דער גאַנצער געגנט; אַנטרין צום באַרג, כּדי זאָלסט נישט אומגעבראַכט װערן. 18האָט לוֹט צו זײ געזאָגט: נישט אַזױ, איך בעט אײַך, מײַנע האַרן. 19זע, איך בעט דיך, דײַן קנעכט האָט געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, און האָסט געגרײסט דײַן חֶסֶד װאָס דו האָסט געטאָן מיט מיר, צו לאָזן לעבן מײַן נפֿש; אָבער איך קען נישט אַנטרינען צום באַרג, װאָרום דאָס בײז װעט מיך נאָך אָניאָגן, און איך װעל שטאַרבן. 20אָן, איך בעט דיך, איז יענע שטאָט, נאָנט אַהין צו אַנטלױפֿן, און זי איז אַ קלײנס; לאָמיך, איך בעט דיך, אַהין אַנטרינען – זי איז דאָך אַ קלײנס – און מײַן נפֿש װעט בלײַבן לעבן. 21האָט ער צו אים געזאָגט: זע, איך שױן דײַן פּנים אױך אין דער דאָזיקער זאַך, איך זאָל נישט איבערקערן די שטאָט װאָס דו האָסט געזאָגט. 22אײַל זיך, אַנטרין אַהין, װאָרום איך קען נישט טאָן קײן זאַך, ביז דו קומסט אַהין. דערום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט צוֹעַר.
23די זון איז געװען אױפֿגעגאַנגען אױף דער ערד, װען לוֹט איז אָנגעקומען קײן צוֹעַר. 24און ה׳ האָט געמאַכט רעגענען אױף סדוֹם און אױף עַמוֹרָה שװעבל און פֿײַער, פֿון ה׳, פֿון הימל. 25און ער האָט איבערגעקערט די דאָזיקע שטעט, און די גאַנצע געגנט, און אַלע באַװױנער פֿון די שטעט, און די שפּראָצונג פֿון דער ערד. 26און זײַן װײַב האָט זיך אומגעקוקט פֿון הינטער אים, און איז געװאָרן אַ זײַל זאַלץ.
27און אבֿרהם האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי צו דעם אָרט װאָס ער איז דאָרטן געשטאַנען פֿאַר ה׳. 28און ער האָט אַראָפּגעקוקט אױף סדוֹם און עַמוֹרָה, און אױף דעם גאַנצן לאַנד פֿון דער געגנט, און ער האָט געזען, ערשט דער רױך פֿון לאַנד גײט אױף אַזױ װי דער רױך פֿון אַ קאַלך אױװן.
29אַזױ איז געשען, װען אלֹקים האָט צעשטערט די שטעט פֿון דער געגנט, אַז ה׳ האָט געדאַכט אָן אבֿרהמען, און האָט אַרױסגעשיקט לוֹטן פֿון מיטן פֿון דער איבערקערעניש בײַם איבערקערן די שטעט װאָס לוֹט איז אין זײ געזעסן.
30און לוֹט איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון צוֹעַר, און האָט זיך באַזעצט אױפֿן באַרג, און זײַנע צװײ טעכטער מיט אים; װאָרום ער האָט מורא געהאַט צו זיצן אין צוֹעַר; און ער איז געזעסן אין אַ הײל, ער און זײַנע צװײ טעכטער. 31האָט די עלטערע געזאָגט צו דער ייִנגערער: אונדזער פֿאָטער איז אַלט, און קײן מאַן איז נישטאָ אױף דער ערד צו קומען צו אונדז, אַזױ װי דער שטײגער פֿון דער גאַנצער ערד. 32קום, לאָמיר אָנטרינקען אונדזער פֿאָטער מיט װײַן, און מיר װעלן ליגן מיט אים, און מיר װעלן אױפֿהאַלטן פֿון אונדזער פֿאָטער אַ זאָמען. 33האָבן זײ אָנגעטרונקען זײער פֿאָטער מיט װײַן אין יענער נאַכט, און די עלטערע איז געקומען און איז געלעגן מיט איר פֿאָטער; און ער האָט נישט געװוּסט פֿון איר לײגן זיך אָדער פֿון איר אױפֿשטײן. 34און עס איז געװען אױף מאָרגן, האָט די עלטערע געזאָגט צו דער ייִנגערער: זע, נעכטן בין איך געלעגן מיט מײַן פֿאָטער; לאָמיר אים אָנטרינקען מיט װײַן אױך די נאַכט, און קום דו ליג מיט אים, און מיר װעלן אױפֿהאַלטן פֿון אונדזער פֿאָטער אַ זאָמען. 35האָבן זײ אױך אין יענער נאַכט אָנגעטרונקען זײער פֿאָטער מיט װײַן, און די ייִנגערע איז אױפֿגעשטאַנען און איז געלעגן מיט אים; און ער האָט נישט געװוּסט פֿון איר לײגן זיך אָדער פֿון איר אױפֿשטײן.
36און בײדע טעכטער פֿון לוֹטן זײַנען טראָגעדיק געװאָרן פֿון זײער פֿאָטער. 37און די עלטערע האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען מוֹאָבֿ; דאָס איז דער פֿאָטער פֿון דעם הײַנטיקן מוֹאָבֿ. 38און די ייִנגערע, זי אױך האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען בן-עַמי; דאָס איז דער פֿאָטער פֿון די הײַנטיקע קינדער פֿון עַמוֹן.
Currently Selected:
ברֵאשִית יט: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh