ברֵאשִית כח
כח
1האָט יִצחָק גערופֿן יעקבֿן, און האָט אים געבענטשט, און האָט אים באַפֿױלן, און האָט צו אים געזאָגט: זאָלסט נישט נעמען אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון כּנַעַן. 2שטײ אױף, גײ קײן פַּדַן-אַרָם, צו דעם הױז פֿון בתואֵל, דײַן מוטערס פֿאָטער, און נעם דיר פֿון דאָרטן אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון לָבָֿן, דײַן מוטערס ברודער. 3און אֵל שַדַי װעט דיך בענטשן, און װעט דיך פֿרוכפּערן און דיך מערן, און װעסט װערן אַ געזעמל פֿעלקער. 4און ער װעט דיר געבן די ברכה פֿון אבֿרהמען, דיר און דײַן זאָמען מיט דיר, כּדי זאָלסט אַרבן דאָס לאַנד פֿון דײַן װױנשאַפֿט, װאָס אלֹקים האָט געגעבן צו אבֿרהמען.
5און יִצחָק האָט אַװעקגעשיקט יעקבֿן, און ער איז געגאַנגען קײן פַּדַן-אַרָם, צו לָבָֿן דעם זון פֿון בתואֵל דעם אַרַמי, דעם ברודער פֿון רבקה, דער מוטער פֿון יעקבֿן און עֵשָׂון.
6און עֵשָׂו האָט געזען אַז יִצחָק האָט געבענטשט יעקבֿן, און האָט אים אַװעקגעשיקט קײן פַּדַן-אַרָם, זיך צו נעמען אַ װײַב פֿון דאָרטן; אַז װען ער האָט אים געבענטשט, האָט ער אים באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט נישט נעמען אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון כּנַעַן; 7און יעקבֿ האָט צוגעהערט צו זײַן פֿאָטער און צו זײַן מוטער, און איז געגאַנגען קײן פַּדַן-אַרָם. 8און עֵשָׂו האָט געזען אַז די טעכטער פֿון כּנַעַן זײַנען שלעכט אין די אױגן פֿון זײַן פֿאָטער יִצחָקן, 9און עֵשָׂו איז געגאַנגען צו יִשמָעֵאלן, און האָט, צו זײַנע אַנדערע װײַבער, זיך גענומען פֿאַר אַ װײַב מָחלַת די טאָכטער פֿון יִשמָעֵאל, אבֿרהמס זון, די שװעסטער פֿון נבָֿיוֹתן.
וַיֵצֵא
10און יעקבֿ איז אַרױסגעגאַנגען פֿון באֵר-שֶבַֿע, און איז געגאַנגען קײן חָרָן. 11און ער האָט געטראָפֿן אַן אָרט, און איז דאָרטן געבליבן נעכטיקן, װאָרום די זון איז אונטערגעגאַנגען; און ער האָט גענומען פֿון די שטײנער פֿון דעם אָרט, און געמאַכט פֿאַר זײַן צוקאָפּנס, און האָט זיך געלײגט אין יענעם אָרט. 12האָט זיך אים געחלומט, ערשט אַ לײטער שטײט אױף דער ערד, און זײַן שפּיץ גרײכט ביזן הימל, און זע, מלאָכים פֿון אלֹקים גײען אַרױף און נידערן אַראָפּ אױף אים. 13און אָט שטײט ה׳ איבער אים, און ער זאָגט: איך בין ה׳ דער ג-ט פֿון דײַן פֿאָטער אבֿרהמען, און אלוקי יִצחָקן. דאָס לאַנד װאָס דו ליגסט דערױף, צו דיר װעל איך עס געבן, און צו דײַן זאָמען. 14און דײַן זאָמען װעט זײַן אַזױ װי שטױב פֿון דער ערד, און װעסט זיך אױסשפּרײטן קײן מערבֿ און קײן מזרח און קײן צפֿון און קײן דָרום, און בענטשן װעלן זיך מיט דיר און מיט דײַן זאָמען אַלע משפּחות פֿון דער ערד. 15און זע, איך װעל זײַן מיט דיר, און איך װעל דיך היטן אומעטום װוּ דו װעסט גײן, און איך װעל דיך אומקערן צו דער דאָזיקער ערד, װאָרום איך װעל דיך נישט פֿאַרלאָזן, ביז װאַנען איך האָב געטאָן װאָס איך האָב דיר צוגעזאָגט.
16האָט יעקבֿ זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון זײַן שלאָף, און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר {אָכֵן},#יְשַעְיָה 53.4 ה׳ איז פֿאַראַן אין דעם דאָזיקן אָרט, און איך האָב נישט געװוּסט. 17און ער האָט מורא געהאַט, און האָט געזאָגט: װי מוֹראדיק איז דער דאָזיקער אָרט! דאָס איז נישט אַנדערש װי דאָס הױז פֿון אלֹקים, און דאָס איז דער טױער פֿון הימל.
18און יעקבֿ האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער האָט גענומען דעם שטײן װאָס ער האָט געמאַכט פֿאַר זײַן צוקאָפּנס, און האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ זײַלשטײן, און ער האָט אַרױפֿגעגאָסן אײל אױף זײַן שפּיץ. 19און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט בֵית-אֵל, אָבער לוז איז געװען דער נאָמען פֿון דער שטאָט צוערשט. 20און יעקבֿ האָט אַ נדר געטאָן, אַזױ צו זאָגן: אױב אלֹקים װעט זײַן מיט מיר, און װעט מיך היטן אױף דעם דאָזיקן װעג װאָס איך גײ, און ער װעט מיר געבן ברױט צום עסן, און אַ בגד אָנצוטאָן, 21און איך װעל מיך אומקערן בשלום צו מײַן פֿאָטערס הױז, אַזױ װעט ה׳ מיר זײַן צום אלֹקים (מײַן אלֹקים). 22און דער דאָזיקער שטײן װאָס איך האָב געמאַכט פֿאַר אַ זײַלשטײן, װעט זײַן אַ הױז פֿון אלֹקים; און פֿון אַלץ װאָס דו װעסט מיר געבן, װעל איך מעשׂרן מעשׂר צו דיר.
Currently Selected:
ברֵאשִית כח: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh