ברֵאשִית כט
כט
1און יעקבֿ האָט אױפֿגעהױבן זײַנע פֿיס, און איז געגאַנגען צו דעם לאַנד פֿון די קינדער פֿון מזרח. 2און ער האָט אַ קוק געטאָן, ערשט אַ ברונעם איז אין פֿעלד, און זע, דרײַ סטאַדעס שאָף הױערן דאָרטן בײַ אים; װאָרום פֿון יענעם ברונעם פֿלעגט מען אָנטרינקען די סטאַדעס, און דער שטײן אױפֿן מױל פֿון ברונעם איז געװען גרױס. 3און אַז דאָרטן האָבן זיך צונױפֿגעזאַמלט אַלע סטאַדעס, האָט מען אַראָפּגעקײַקלט דעם שטײן פֿון דעם מױל פֿון ברונעם, און מע האָט אָנגעטרונקען די שאָף, און אומגעקערט דעם שטײן אױפֿן מױל פֿון דעם ברונעם אױף זײַן אָרט.
4האָט יעקבֿ צו זײ געזאָגט: פֿון װאַנען זײַט איר, מײַנע ברידער? האָבן זײ געזאָגט: פֿון חָרָן זײַנען מיר. 5האָט ער צו זײ געזאָגט: קענט איר לָבָֿן דעם זון פֿון נָחוֹרן? האָבן זײ געזאָגט: מיר קענען. 6האָט ער צו זײ געזאָגט: איז פֿריד צו אים? האָבן זײ געזאָגט: פֿריד; און אָן קומט זײַן טאָכטער רחל מיט די שאָף. 7האָט ער צו זײ געזאָגט: זעט, דער טאָג איז נאָך גרױס, נאָך נישט צײַט דאָס פֿיך זאָל אײַנגעזאַמלט װערן; טרינקט אָן די שאָף, און גײט פֿיטערט. 8האָבן זײ געזאָגט: מיר קענען נישט, ביז װאַנען אַלע סטאַדעס װעלן זיך צונױפֿזאַמלען, און מע װעט אַראָפּקײַקלען דעם שטײן פֿון דעם מױל פֿון ברונעם; און מיר װעלן אָנטרינקען די שאָף.
9װי ער רעדט נאָך מיט זײ, אַזױ איז רחל אונטערגעקומען מיט איר פֿאָטערס שאָף; װאָרום זי איז געװען אַ פּאַסטוכערין. 10און עס איז געװען, װי יעקבֿ האָט דערזען רחלען, די טאָכטער פֿון לָבָֿן, זײַן מוטערס ברודער, און די שאָף פֿון לָבָֿן, זײַן מוטערס ברודער, אַזױ האָט יעקבֿ גענענט, און האָט אַראָפּגעקײַקלט דעם שטײן פֿון דעם מױל פֿון ברונעם, און האָט אָנגעטרונקען די שאָף פֿון לָבָֿן, זײַן מוטערס ברודער. 11און יעקבֿ האָט געקושט רחלען, און האָט אױפֿגעהױבן זײַן קֹול און האָט געװײנט. 12און יעקבֿ האָט דערצײלט רחלען אַז ער איז איר פֿאָטערס אַן אײגענער, און אַז ער איז רבקהס אַ זון; און זי איז געלאָפֿן, און האָט אָנגעזאָגט איר פֿאָטער.
13און עס איז געװען, װי לָבָֿן האָט געהערט די הערונג װעגן יעקבֿ, זײַן שװעסטערס זון, אַזױ איז ער אים געלאָפֿן אַנטקעגן, און ער האָט אים געהאַלדזט און אים געקושט, און האָט אים אַרײַנגעבראַכט אין זײַן הױז. און ער האָט דערצײלט לָבָֿנען אַלע יענע געשעענישן. 14און לָבָֿן האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָר, מײַן בײן און מײַן פֿלײש ביסטו. און ער איז געזעסן בײַ אים אַ חוֹדש צײַט.
15האָט לָבָֿן געזאָגט צו יעקבֿן: צי װײַל דו ביסט מײַנער אַן אײגענער, זאָסלטו מיר דינען אומזיסט? זאָג מיר װאָס איז דײַן לױן. 16און לָבָֿן האָט געהאַט צװײ טעכטער; דער נאָמען פֿון דער עלטערער איז געװען לאה, און דער נאָמען פֿון דער ייִנגערער רחל. 17און לאהס אױגן זײַנען געװען שלאַפֿע, און רחל איז געװען שײן אױפֿן געשטאַלט, און שײן אױפֿן פּנים, 18און יעקבֿ האָט ליב געקריגן רחלען; און ער האָט געזאָגט: איך װעל דיר דינען זיבן יאָר פֿאַר דײַן ייִנגערער טאָכטער רחלען. 19האָט לָבָֿן געזאָגט: בעסער איך זאָל זי דיר געבן, אײדער איך זאָל זי געבן צו אַן אַנדער מאַן; בלײַב בײַ מיר.
20און יעקבֿ האָט געדינט פֿאַר רחלען זיבן יאָר, און זײ זײַנען געװען אין זײַנע אױגן אַזױ װי עטלעכע טעג, פֿון זײַן ליבשאַפֿט צו איר. 21און יעקבֿ האָט געזאָגט צו לָבָֿנען: גיב מיר מײַן װײַב, װאָרום מײַנע טעג זײַנען דערפֿילט געװאָרן; און איך װעל קומען צו איר.
22האָט לָבָֿן אײַנגעזאַמלט אַלע מענטשן פֿון דעם אָרט, און ער האָט געמאַכט אַ מאָלצײַט. 23און עס איז געװען אין אָװנט, האָט ער גענומען זײַן טאָכטער לאהן, און האָט זי געבראַכט צו אים, און ער איז געקומען צו איר. 24און לָבָֿן האָט איר געגעבן זײַן דינסט זִלפָּהן – פֿאַר אַ דינסט צו זײַן טאָכטער לאהן.
25און עס איז געװען אין דער פֿרי, ערשט דאָס איז לאה. האָט ער געזאָגט צו לָבָֿנען: װאָס האָסטו מיר דאָ געטאָן? האָב איך נישט געדינט בײַ דיר פֿאַר רחלען, און פֿאַר װאָס האָסטו מיך גענאַרט? 26האָט לָבָֿן געזאָגט: עס װערט נישט געטאָן אַזױ אין אונדזער מקום, אױסצוגעבן די ייִנגערע פֿאַר דער עלטערער. 27דערפֿיל די װאָך#דָניאֵל 9.24 פֿון דער, און מיר װעלן דיר אױך יענע געבן, פֿאַר דעם דינסט װאָס דו װעסט דינען בײַ מיר נאָך זיבן אַנדערע יאָר.
28האָט יעקבֿ אַזױ געטאָן, און ער האָט דערפֿילט די װאָך פֿון דער; און ער האָט אים געגעבן זײַן טאָכטער רחלען, אים פֿאַר אַ װײַב. 29און לָבָֿן האָט געגעבן צו זײַן טאָכטער רחלען זײַן דינסט בִלהָהן פֿאַר אַ דינסט צו איר.
30און ער איז געקומען אױך צו רחלען. און ער האָט רחלען אױך מער ליב געהאַט פֿון לאהן; און ער האָט געדינט בײַ אים נאָך זיבן אַנדערע יאָר.
31און ה׳ האָט געזען אַז לאה איז אומבאַליבט, און ער האָט געעפֿנט איר טראַכט; און רחל איז געװען אַן עקרה. 32און לאה איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען ראובֿן, װײַל זי האָט געזאָגט: יאָ, ה׳ האָט געזען מײַן פּײַן, װאָרום אַצונד װעט מיך מײַן מאַן ליב האָבן. 33און זי איז װידער טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט געזאָגט: װײַל ה׳ האָט געהערט אַז איך בין אומבאַליבט, דערום האָט ער מיר געגעבן אױך דעם דאָזיקן; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען שִמְעוֹן. 34און זי איז װידער טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט געזאָגט: אַצונד דאָס מאָל װעט מײַן מאַן װערן צוגעטאָן צו מיר, װײַל איך האָב אים געבאָרן דרײַ זין; דערום האָט מען גערופֿן זײַן נאָמען לֵוִי. 35און זי איז װידער טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט געזאָגט: דאָס מאָל טו איך לױבן ה׳; דערום האָט זי גערופֿן זײַן נאָמען יהוּדה. און זי האָט אױפֿגעהערט געבערן.
Currently Selected:
ברֵאשִית כט: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh

: