YouVersion Logo
Search Icon

ברֵאשִית ל

ל
1און אַז רחל האָט געזען אַז זי געבערט נישט פֿון יעקבֿן, האָט רחל מקנא געװען איר שװעסטער, און זי האָט געזאָגט צו יעקבֿן: גיב מיר קינדער, אַניט שטאַרב איך. 2האָט דער צאָרן פֿון יעקבֿן געגרימט אױף רחלען, און ער האָט געזאָגט: בין איך דען אױף דעם אָרט פֿון אלֹקים, װאָס האָט פֿאַרמיטן פֿון דיר פֿרוכט פֿון לײַב? 3האָט זי געזאָגט: אָט איז מײַן דינסט בִלהָה, קום צו איר, און זי װעט געבערן אױף מײַנע קני, און אױך איך װעל אױפֿגעריכט װערן פֿון איר.
4און זי האָט אים געגעבן איר דינסט בִלהָהן פֿאַר אַ װײַב, און יעקבֿ איז צו איר געקומען. 5און בִלהָה איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט יעקבֿן געבאָרן אַ זון. 6און רחל האָט געזאָגט: אלֹקים האָט זיך פֿאַר מיר אָנגענומען, און האָט אױך מײַן קֹול צוגעהערט, און מיר געגעבן אַ זון; דערום האָט זי גערופֿן זײַן נאָמען דָן. 7און בִלהָה, רחלס דינסט, איז װידער טראָגעדיק געװאָרן, און האָט יעקבֿן געבאָרן אַ צװײטן זון. 8און רחל האָט געזאָגט: שטאַרקע ראַנגלענישן האָב איך זיך געראַנגלט מיט מײַן שװעסטער, און איך בין בײַגעקומען; דערום האָט זי גערופֿן זײַן נאָמען נַפֿתָּלי.
9און לאה האָט געזען אַז זי האָט אױפֿגעהערט געבערן, האָט זי גענומען איר דינסט זִלפָּהן, און זי געגעבן יעקבֿן פֿאַר אַ װײַב. 10און זִלפָּה, לאהס דינסט, האָט יעקבֿן געבאָרן אַ זון. 11האָט לאה געזאָגט: מזל איז געקומען; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען גָד. 12און זִלפָּה, לאהס דינסט, האָט יעקבֿן געבאָרן אַ צװײטן זון. 13האָט לאה געזאָגט: אױף מײַן גליק! װאָרום די טעכטער װעלן מיך שאַצן גליקלעך; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען אָשֵר.
14און ראובֿן איז געגאַנגען אין די טעג פֿון װײצשניט, און האָט געפֿונען ליבעפּעלעך אין פֿעלד, און האָט זײ געבראַכט צו זײַן מוטער לאהן. האָט רחל געזאָגט צו לאהן: גיב מיר, איך בעט דיך, פֿון דײַן זונס ליבעפּעלעך. 15האָט זי געזאָגט צו איר: װינציק װאָס דו האָסט צוגענומען מײַן מאַן, װילסטו נאָך צונעמען מײַן זונס ליבעפּעלעך? האָט רחל געזאָגט: דערפֿאַר זאָל ער ליגן מיט דיר הײַנטיקע נאַכט, פֿאַר די ליבעפּעלעך פֿון דײַן זון.
16און װי יעקבֿ איז געקומען פֿון פֿעלד אין אָװנט, אַזױ איז לאה אים אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן, און האָט געזאָגט: צו מיר מוזטו קומען, װאָרום אָפּדינגען האָב איך דיך אָפּגעדונגען פֿאַר די ליבעפּעלעך פֿון מײַן זון. און ער איז מיט איר געלעגן אין יענער נאַכט. 17און אלֹקים האָט צוגעהערט צו לאהן, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט יעקבֿן געבאָרן אַ פֿינפֿטן זון. 18און לאה האָט געזאָגט: אלֹקים האָט געגעבן מײַן שׂכר פֿאַר װאָס איך האָב געגעבן מײַן דינסט צו מײַן מאַן; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען יִשׂשָׂכָר. 19און לאה איז װידער טראָגעדיק געװאָרן, און האָט יעקבֿן געבאָרן אַ זעקסטן זון. 20און לאה האָט געזאָגט: האלֹקים האָט מיך באַשאָנקען מיט אַ גוטן געשאַנק; דאָס מאָל װעט מײַן מאַן װױנען מיט מיר, װײַל איך האָב אים געבאָרן זעקס זין; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען זבֿולון. 21און דערנאָך האָט זי געבאָרן אַ טאָכטער, און זי האָט גערופֿן איר נאָמען דינה.
22און אלֹקים האָט געדאַכט אָן רחלען, און ה׳ האָט צוגעהערט צו איר, און האָט געעפֿנט איר טראַכט. 23און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט געזאָגט: אלֹקים האָט אָפּגעטאָן מײַן חרפּה. 24און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען יוֹסף, אַזױ צו זאָגן: ה׳ זאָל מיר צוגעבן נאָך אַן אַנדער זון.
25און עס איז געװען, אַז רחל האָט געבאָרן יוֹספֿן, האָט יעקבֿ געזאָגט צו לָבָֿנען: לאָז מיך אַװעק, און איך װעל גײן צו מײַן אָרט און צו מײַן לאַנד. 26גיב מיר מײַנע װײַבער און מײַנע קינדער, װאָס איך האָב דיר פֿאַר זײ געדינט, און איך װעל גײן; װאָרום דו װײסט מײַן דינסט װאָס איך האָב דיר געדינט.
27האָט לָבָֿן צו אים געזאָגט: אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן – איך האָב געמערקט אַז ה׳ האָט מיך געבענטשט פֿון דײַנעטװעגן. 28און ער האָט געזאָגט: זאָג מיר דײַן לױן, און איך װעל געבן.
29האָט ער צו אים געזאָגט: דו װײסט װי איך האָב דיר געדינט, און װאָס דײַן פֿיך איז געװאָרן אונטער מיר; 30װאָרום װינציק-װאָס האָסטו געהאַט פֿאַר מיר, און עס האָט זיך פֿאַרמערט לרובֿ, און ה׳ האָט דיך געבענטשט אין מײַנע טריט. און אַצונד, װען װעל איך אױך טאָן פֿאַר מײַן הױזגעזינט?
31האָט ער געזאָגט: װאָס זאָל איך דיר געבן? האָט יעקבֿ געזאָגט: זאָלסט מיר גאָרנישט געבן; אױב דו װעסט מיר טאָן די דאָזיקע זאַך, װעל איך װידער פֿיטערן דײַנע שאָף, און היטן: 32איך װעל דורכגײן הײַנט דורך אַלע דײַנע שאָף, אָפּצוטאָן פֿון דאָרטן איטלעך געשפּרענקלט און געפֿלעקט לאַם,#יְשַעְיָה 53‏.7 און איטלעך טונקל לאַם צװישן די שעפּסן, און געפֿלעקט און געשפּרענקלט צװישן די ציגן; און אַזױנס זאָל זײַן מײַן לױן. 33און עדות זאָגן װעט אױף מיר מײַן ערלעכקײט פֿאַר דיר, אין אַ שפּעטערדיקן טאָג, אַז דו װעסט קומען איבערקוקן מײַן לױן: איטלעכס װאָס איז נישט געשפּרענקלט און געפֿלעקט צװישן די ציגן און טונקל צװישן די שעפּסן, איז דאָס אַ געגנבעטס בײַ מיר.
34האָט לָבָֿן געזאָגט: יאָ, זאָל זײַן אַזױ װי דײַן װאָרט. 35און ער האָט אָפּגעטאָן אין יענעם טאָג די געשטרײַפֿטע און געפֿלעקטע בעק, און אַלע געשפּרענקלטע און געפֿלעקטע ציגן, איטלעכס װאָס האָט אױף זיך װײַס, און איטלעך טונקלס צװישן די שעפּסן, און ער האָט זײ איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון זײַנע זין. 36און ער האָט געמאַכט דרײַ טעג װעגס צװישן זיך און צװישן יעקבֿן. און יעקבֿ האָט געפֿיטערט לָבָֿנס איבעריקע שאָף.
37האָט יעקבֿ זיך גענומען פֿײַכטע שטעקלעך פֿון טאָפּאָליע, און מאַנדלבױם, און פּלאַטאַנענבױם, און ער האָט אױסגעשײלט אױף זײ װײַסע אױסשײלונגען, אָפּדעקנדיק דאָס װײַסע װאָס אױף די שטעקלעך. 38און ער האָט אַרײַנגעשטעלט די שטעקלעך װאָס ער האָט אַרומגעשײלט, אין די קאָריטעס, אין די װאַסעררינעס װוּ די שאָף קומען טרינקען, אַקעגן די שאָף; און זײ האָבן זיך געפּאָרט אַז זײ זײַנען געקומען טרינקען. 39און די שאָף האָבן זיך געפּאָרט פֿאַר די שטעקלעך, און די שאָף האָבן געבאָרן געשטרײַפֿטע, געשפּרענקלטע, און געפֿלעקטע. 40און די לעמער האָט יעקבֿ אָפּגעשײדט – און ער האָט צוגעקערט די פּנימער פֿון די שאָף אין לָבָֿנס שאָף צו די געשטרײַפֿטע און אַלע טונקעלע – און האָט זיך געמאַכט סטאַדעס באַזונדער, און האָט זײ נישט געשטעלט מיט לָבָֿנס שאָף. 41און עס איז געװען, װען נאָר די שטאַרקע שאָף האָבן זיך געפּאָרט, אַזױ פֿלעגט יעקבֿ אַרײַנטאָן די שטעקלעך פֿאַר די אױגן פֿון די שאָף אין די קאָריטעס, כּדי זײ זאָלן זיך פּאָרן בײַ די שטעקלעך; 42אָבער אַז די שאָף זײַנען געװען שװאַכע, פֿלעגט ער נישט אַרײַנטאָן; אַזױ פֿלעגן די שװאַכע אָנקומען לָבָֿנען, און די שטאַרקע יעקבֿן. 43און דער מאַן איז געװאָרן זײער זײער רײַך, און ער האָט געהאַט פֿיל שאָף, און דינסטן און קנעכט, און קעמלען און אײזלען.

Currently Selected:

ברֵאשִית ל: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in