ברֵאשִית לא
לא
1און ער האָט געהערט די װערטער פֿון לָבָֿנס זין, אַזױ צו זאָגן: יעקבֿ האָט צוגענומען אַלץ װאָס אונדזער פֿאָטער האָט געהאַט, און פֿון אונדזער פֿאָטערס האָב האָט ער געמאַכט די דאָזיקע גאַנצע רײַכקײט. 2און יעקבֿ האָט געזען אָן לָבָֿנס פּנים, ערשט ער איז נישט צו אים װי נעכטן-אײערנעכטן. 3און ה׳ האָט געזאָגט צו יעקבֿן: קער זיך אום צו דעם לאַנד פֿון דײַנע עלטערן, און צו דײַן אָפּשטאַם, און איך װעל זײַן מיט דיר. 4האָט יעקבֿ געשיקט און האָט גערופֿן רחלען און לאהן אין פֿעלד, צו זײַנע שאָף. 5און ער האָט צו זײ געזאָגט: איך זע אָן אײַער פֿאָטערס פּנים, אַז ער איז נישט צו מיר װי נעכטן-אײערנעכטן; אָבער דער ג-ט פֿון מײַן פֿאָטער איז געװען מיט מיר. 6און איר װײסט אַז מיט מײַן גאַנצן כּוֹח האָב איך געדינט אײַער פֿאָטער. 7און אײַער פֿאָטער האָט געמאַכט געשפּעט פֿון מיר, און האָט געביטן מײַן לױן צען מאָל, נאָר אלֹקים האָט אים נישט געלאָזן שלעכטס טאָן מיט מיר. 8אַז ער האָט אַזױ געזאָגט: געשפּרענקלטע זאָלן זײַן דײַן לױן, האָבן אַלע שאָף געבאָרן געשפּרענקלטע; און אַז ער האָט אַזױ געזאָגט: געשטרײַפֿטע זאָלן זײַן דײַן לױן, האָבן אַלע שאָף געבאָרן געשטרײַפֿטע. 9און אלֹקים האָט אַװעקגענומען פֿון אײַער פֿאָטערס פֿיך, און געגעבן מיר. 10און עס איז געװען אין דער צײַט װען די שאָף האָבן זיך געפּאָרט, האָב איך אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן, און האָב געזען אין חלום, ערשט די בעק װאָס שפּרינגען אױף די שאָף זײַנען געשטרײַפֿטע, געשפּרענקלטע, און געפֿלעקטע. 11און דער מלאך פֿון האלֹקים האָט געזאָגט צו מיר אין חלום: יעקבֿ! און איך האָב געזאָגט: דאָ בין איך. 12האָט ער צו מיר געזאָגט: הײב אַקאָרשט אױף דײַנע אױגן און זע, אַלע בעק װאָס שפּרינגען אױף די שאָף זײַנען געשטרײַפֿטע, געשפּרענקלטע, און געפֿלעקטע; װאָרום איך האָב געזען אַלץ װאָס לָבָֿן טוט צו דיר. 13איך בין הָאֵל פֿון בֵית-אֵל װאָס דו האָסט דאָרטן געזאַלבט אַ זײַלשטײן, װאו דו האָסט געטאָן אַ נדר צו מיר. און אַצונד שטײ אױף, גײ אַרױס פֿון דאָס לאַנד, און קער זיך אום צו דעם לאַנד פֿון דײַן געבורט.
14האָבן רחל און לאה געענטפֿערט און געזאָגט צו אים: האָבן מיר דען נאָך אַ חלק אָדער אַ ירושה אין אונדזער פֿאָטערס הױז? 15זײַנען מיר נישט אַזױ װי פֿרעמדע פֿאַררעכנט בײַ אים? װאָרום ער האָט אונדז פֿאַרקױפֿט, און אױפֿעסן אױך אױפֿגעגעסן דאָס געלט פֿאַר אונדז. 16װאָרום די גאַנצע עשירות װאָס ה׳ האָט אַװעקגענומען פֿון אונדזער פֿאָטער, דאָס איז אונדזערס און אונדזערע קינדערס. און אַצונד, אַלץ װאָס אלֹקים האָט דיר געהײסן, טו.
17איז יעקבֿ אױפֿגעשטאַנען, און האָט אַרױפֿגעזעצט זײַנע קינדער און זײַנע װײַבער אױף קעמלען; 18און ער האָט אַװעקגעפֿירט דאָס גאַנצע פֿיך זײַנס, און זײַן גאַנצן פֿאַרמעג װאָס ער האָט אָנגעקליבן, דאָס פֿיך פֿון זײַן אײגנס װאָס ער האָט אָנגעקליבן אין פַּדַן-אַרָם – כּדי צו גײן צו זײַן פֿאָטער יִצחָקן, קײן כּנַעַן. 19און לָבָֿן איז געװען אַװעקגעגאַנגען שערן זײַנע שאָף. האָט רחל אַרױסגעגנבֿעט דעם תּרָפֿים פֿון איר פֿאָטער. 20און יעקבֿ האָט געגנבֿעט דאָס האַרץ פֿון לָבָֿן דעם אַרַמי מיט װאָס ער האָט אים נישט געלאָזט מערקן אַז ער אַנטלױפֿט. 21און ער איז אַנטלאָפֿן מיט אַלץ װאָס ער האָט געהאַט, און ער איז אױפֿגעשטאַנען און אַריבערגעגאַנגען דעם טײַך, און האָט געקערט זײַן פּנים צום באַרג גִלעָד.
22איז אָנגעזאָגט געװאָרן לָבָֿנען אױפֿן דריטן טאָג#31.22 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד. זען יוֹם שלישי הביכורים התּחית המתים. אבֿרהם באקומט יִצחָק צוריק לעבעדיק. יעקבֿ מאַכט אַ זיכער אַנטלױפֿן פֿון לבן. שמעון און לוי נוקם די זינד קעגן זײער שװעסטער. יוספֿס חלום, אײנער שטאַרבט; מען לעבט. יוֹסף באַפֿרײַען זײנע ברידער פֿון טורמע אין מִצרַיִם. פּלאָגן פֿינצטערניש אין מִצרַיִם איז אױפֿגעהױבן אױף דריטן טאָג. ה׳ באַגעגנט מיט זײַן מענטשן אױף סינַי. קָרבָּן געענדיקט אױף דריט טאָג. אַהרנס שטעקן ספּראַוץ קנאָספּ, בלאַסאַמז און אַלמאַנדז. טײל פֿון דעם פּראָצעס פֿאַר רײניקונג. ג-טס מענטשן פֿאַרמאָגן די לאַנד. די ספּיעס אַנטלױפֿן פֿון שונאים אין יריחוֹ. די טריטי מיט די גבעאָניטעס באשטעטיקט. יִשׂרָאֵל רײניקן זינד אין זײַן צװישן. אױף דעם דריטן טאָג, רוּת באַגעגנט איר גואל. דָוִד אַרױסדרײען שְׁאֹולס טױט פּלאַן. דָוִד מציל די לעבן פֿון די עמלקי קנעכט. הילף פֿון דין פֿון פּלאָג. פֿאַרלענגערונג פֿון לעבן פֿאַר חִזקִיָהו. שלעכט נײַעס פֿאַר די װאָס דינען אַ בײז מלך. דער בַית המקדש איז געװען פֿאַרטיק. אֶסתֵּר, די אַדװאָקאַט פֿון יִשׂרָאֵל, איז באַקומען דורך דעם מלך. בכלל פֿארשטאַנען װי צײַט פֿאַר מחילה. אַנטלױפֿן פֿון טױט און לעבן פֿאַר יונה הנבֿיא. ברֵאשִית 1.13; 22.4; 31.22; 34.25; 40.20; 42.18 וַיִּקְרָא 7.17; 19.6-7; 23.10-11 במִדְבר 7.24; 19.12; 19.19 יְהוֹשועַ 9.17 הוֹשֵעַ 6.2 שְמוֹת 19.11-16 שוֹפֿטִים 20.30 עֶזְרָא 6.15 יוֹנָה 2.1 שְמוּאֵל א 20.12; 30.1 שְמוּאֵל ב 1.2מְלָכִים א 3.18; 12.12 מְלָכִים ב 20.5דִבֿרֵי הַיָמִים ב 12.10 אֶסתֵּר 5.1. אַז יעקבֿ איז אַנטלאָפֿן. 23האָט ער גענומען זײַנע ברידער מיט זיך, און האָט אים נאָכגעיאָגט זיבן טעג װעגס, און ער האָט אים אָנגעיאָגט אױפֿן באַרג גִלעָד.
24איז אלֹקים געקומען צו לָבָֿן דעם אַרַמי אין אַ חלום פֿון דער נאַכט, און האָט צו אים געזאָגט: היט דיך, זאָלסט נישט רעדן מיט יעקבֿן פֿון גוטס ביז שלעכטס.
25און לָבָֿן האָט אָנגעיאָגט יעקבֿן. און יעקבֿ האָט אױפֿגעשטעלט זײַן געצעלט אױפֿן באַרג; אױך לָבָֿן און זײַנע ברידער האָבן אױפֿגעשטעלט אױפֿן באַרג גִלעָד. 26האָט לָבָֿן געזאָגט צו יעקבֿן: װאָס האָסטו געטאָן װאָס דו האָסט געגנבֿעט מײַן האַרץ, און האָסט אַװעקגעפֿירט מײַנע טעכטער אַזױ װי געפֿאַנגענע פֿון שװערד? 27פֿאַר װאָס ביסטו אַנטלאָפֿן באַהאַלטענערהײט, און האָסט זיך אַװעקגעגנבֿעט פֿון מיר, און האָסט מיר נישט אױסגעזאָגט, אַז איך זאָל דיך באַלײטן מיט שִׂמחה און מיט געזאַנגען, מיט פּױק און מיט האַרף? 28און האָסט מיך נישט געלאָזן קושן מײַנע זין און מײַנע טעכטער. נאַריש האָסטו אַצונד געטאָן. 29מײַן האַנט האָט בכּוֹח צו טאָן מיט אײַך שלעכטס, נאָר דער ג-ט פֿון אײַער פֿאָטער האָט נעכטן בײַ נאַכט געזאָגט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: היט דיך פֿון צו רעדן מיט יעקבֿן פֿון גוטס ביז שלעכטס. 30און אַצונד, אַװעקגײן ביסטו אַװעקגעגאַנגען, װײַל בענקען האָסטו זיך פֿאַרבענקט נאָך דײַן פֿאָטערס הױז, למאַי אָבער האָסטו געגנבֿעט מײַן ג-טער?
31האָט יעקבֿ געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו לָבָֿנען: װײַל איך האָב מורא געהאַט, װאָרום איך האָב געקלערט: טאָמער װעסטו אַװעקרױבן דײַנע טעכטער פֿון מיר. 32בײַ װעמען אָבער דו װעסט געפֿינען דײַן ג-טער, דער זאָל נישט לעבן. פֿאַר אונדזערע ברידער דערקען װאָס איז דײַנס בײַ מיר, און נעם דיר צו. און יעקבֿ האָט נישט געװוּסט אַז רחל האָט עס געגנבֿעט.
33איז לָבָֿן אַרײַנגעגאַנגען אין דעם געצעלט פֿון יעקבֿן, און אין דעם געצעלט פֿון לאהן, און אין דעם געצעלט פֿון די צװײ דינסטן, און ער האָט נישט געפֿונען; און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון לאהס געצעלט, און איז אַרײַנגעגאַנגען אין דעם געצעלט פֿון רחלען. 34און רחל האָט גענומען דעם תּרָפֿים, און האָט אים אַרײַנגעטאָן אין זאָטלקישן פֿון דעם קעמל, און האָט זיך געזעצט דערױף; און לָבָֿן האָט אַרומגעטאַפּט דאָס גאַנצע געצעלט, און האָט נישט געפֿונען. 35האָט זי געזאָגט צו איר פֿאָטער: זאָל נישט פֿאַרדריסן אין די אױגן פֿון מײַן האַר, װאָס איך קען נישט אױפֿשטײן פֿאַר דיר, װײַל דער שטײגער פֿון װײַבער איז בײַ מיר. און ער האָט געזוכט, און האָט נישט געפֿונען דעם תּרָפֿים.
36האָט יעקבֿן פֿאַרדראָסן, און ער האָט זיך געקריגט מיט לָבָֿנען. און יעקבֿ האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צו לָבָֿנען: װאָס איז מײַן פֿאַרברעך, װאָס איז מײַן חטא, װאָס דו האָסט מיך נאָכגעיאָגט? 37אַז דו האָסט דורכגעטאַפּט אַלע מײַנע זאַכן, װאָס האָסטו געפֿונען פֿון אַלע דײַנע כְּלֵי-בית? לײג עס דאָ פֿאַר מײַנע ברידער און דײַנע ברידער, און זאָלן זײ אַנטשײדן צװישן אונדז בײדן. 38פֿאַר די צװאַנציק יאָר װאָס איך בין געװען מיט דיר, האָבן דײַנע שעפּסן און דײַנע ציגן נישט פֿאַר װאָרפֿן, און די װידערס פֿון דײַנע שאָף האָב איך נישט געגעסן. 39אַ פֿאַרצוקטע {טְרֵפָה} האָב איך נישט געבראַכט צו דיר; איך פֿלעג לײַדן איר שאָדן; פֿון מײַן האַנט פֿלעגסטו עס אױפֿמאָנען, געגנבֿעט בײַ טאָג, צי געגנבֿעט בײַ נאַכט. 40בײַ טאָג פֿלעגט מיך אױפֿעסן די היץ, און דער פֿראָסט בײַ נאַכט; און מײַן שלאָף האָט געװײַכט פֿון מײַנע אױגן. 41פֿאַר צװאַנציק יאָר בין איך געװען אין דײַן הױז: פֿערצן יאָר האָב איך דיר געדינט פֿאַר דײַנע צװײ טעכטער, און זעקס יאָר פֿאַר דײַנע שאָף; און דו האָסט געביטן מײַן לױן צען מאָל. 42װען עס װער נישט דער ג-ט פֿון מײַן פֿאָטער, אלוקי אבֿרהמען און די פֿאָרכט פֿון יִצחָקן, װאָלט געװען מיט מיר, װאָלסטו מיך אַצונד אַװעקגעשיקט מיט לײדיקן. ה׳ האָט געזען מײַן פּײַן און די מאַטערניש פֿון מײַנע הענט, און ער האָט אַנטשײדט נעכטן בײַ נאַכט.
43האָט לָבָֿן געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו יעקבֿן; די טעכטער זײַנען מײַנע טעכטער, און די קינדער מײַנע קינדער, און די שאָף מײַנע שאָף, און אַלץ װאָס דו זעסט איז מײַנס; און װאָס קען איך הײַנט טאָן צו די דאָזיקע טעכטער מײַנע, אָדער צו זײערע קינדער װאָס זײ האָבן געבאָרן? 44און אַצונד, קום לאָמיר שליסן {כרת}#31.44 זען הערה דָניאֵל 9.25-26 אַ בְּרִית, איך און דו, און זאָל עס זײַן צום עדות צװישן מיר און צװישן דיר.
45האָט יעקבֿ גענומען אַ שטײן, און האָט אים אױפֿגעשטעלט פֿאַר אַ זײַלשטײן. 46און יעקבֿ האָט געזאָגט צו זײַנע ברידער: קלײַבט אָן שטײנער. האָבן זײ גענומען שטײנער, און געמאַכט אַ הױפֿן, און זײ האָבן געגעסן דאָרטן אױפֿן הױפֿן. 47און לָבָֿן האָט אים גערופֿן יְגַר-שָׂהֲדותאָ, און יעקבֿ האָט אים גערופֿן גַל-עֵד. 48און לָבָֿן האָט געזאָגט: דער דאָזיקער הױפֿן איז אַן עדות צװישן מיר און צװישן דיר הײַנט. דערום האָט מען גערופֿן זײַן נאָמען גִלעָד; 49און אױך מִצפָּה, װײַל ער האָט געזאָגט: ה׳ זאָל אַראָפּקוקן צװישן מיר און צװישן דיר, װען מיר װעלן זײַן פֿאַרהױלן אײנער פֿון אַנדערן, 50אױב דו װעסט פּײַניקן מײַנע טעכטער, און אױב דו װעסט צונעמען אַנדערע װײַבער צו מײַנע טעכטער, בעת קײן מענטש איז נישטאָ לעבן אונדז; זע, אלֹקים איז אַן עדות צװישן מיר און צװישן דיר.
51און לָבָֿן האָט געזאָגט צו יעקבֿן: אָט איז דער דאָזיקער הױפֿן, און אָט איז דער זײַלשטײן, װאָס איך האָב אױפֿגעשטעלט צװישן מיר און צװישן דיר. 52אַן עדות איז דער דאָזיקער הױפֿן, און אַן עדות דער זײַלשטײן, אַז איך װעל נישט אַריבערגײן דעם דאָזיקן הױפֿן צו דיר, און אַז דו װעסט נישט אַריבערגײן דעם דאָזיקן הױפֿן און דעם דאָזיקן זײַלשטײן צו מיר, צום בײזן. 53זאָל אלוקי אבֿרהמען, און אלוקי נָחוֹרן, דער ג-ט פֿון זײער פֿאָטער, משפּטן צװישן אונדז. און יעקבֿ האָט געשװאָרן בײַ דער פֿאָרכט פֿון זײַן פֿאָטער יִצחָקן.
54און יעקבֿ האָט געשאָכטן שלאַכטאָפּפֿער {זֶבַֿח} אױפֿן באַרג, און ער האָט גערופֿן זײַנע ברידער צו עסן ברױט; און זײ האָבן געגעסן ברױט, און האָבן גענעכטיקט אױפֿן באַרג.
Currently Selected:
ברֵאשִית לא: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh

: