YouVersion Logo
Search Icon

ברֵאשִית לח

לח
1און עס איז געװען אין יענער צײַט, האָט יהוּדה אַראָפּגענידערט פֿון זײַנע ברידער, און ער האָט אײַנגעקערט צו אַ מאַן פֿון עַדולָם, װאָס זײַן נאָמען איז געװען חירָה. 2און יהוּדה האָט דאָרטן געזען די טאָכטער פֿון אַ מאַן אַ כּנַעֲני, װאָס זײַן נאָמען איז געװען שועַ, און ער האָט זי גענומען, און איז געקומען צו איר. 3און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון; און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען עֵר. 4און זי איז װידער טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען אוֹנָן. 5און זי האָט װידער טראָגעדיק געװאָרן און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען שֵלָה. און ער איז געװען אין כּזיב, אַז זי האָט אים געבאָרן.
6און יהוּדה האָט גענומען אַ װײַב פֿאַר עֵר זײַן בכוֹר, װאָס איר נאָמען איז געװען תָּמָר. 7און עֵר, יהוּדהס בכוֹר, איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און ה׳ האָט אים געטײט. 8האָט יהוּדה געזאָגט צו אוֹנָנען: קום צו דײַן ברודערס װײַב, און באַשװעגער זי, און שטעל אױף אַ זאָמען נאָך דײַן ברודער.#38‏.8 דער קרוב-אױסלײזער איז געװען אַ רײכער בעל־טובה, אָדער מענטש, װעלכער באַפֿרײַט דעם בעל־חוב, דורך צאָלן דעם אױסלײז־פרײז, און ער איז איבער װאָס האָט די מאַכט פֿון טױט, דאָס הײסט דעם שׂטן. אִיובֿ 9‏.17; יְשַעְיָה 53‏.5 װאָרום עס איז דאָס בלוט װאָס איז מכַפּר פֿאַר דעם נפֿש. זען רוּת 2‏.11‏-20; 3‏.12‏; 4‏.4‏-10‏. דער קרוב-אױסלײזער געקױפֿט אַ משיחית כלה כּדי אױפֿצושטעלן דעם נאָמען אַז דער נאָמען פֿון דעם ניפֿטר זאָל נישט פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן זײַנע ברידער, מחמת פֿיל פֿון די װאָס שלאָפֿן אין דעם שטױב פֿון דער ערד, װעלן זיך אױפֿכאַפּן, טײל צו אײביקן לעבן (דָניאֵל 12‏.2). 9און אַזױ װי אוֹנָן האָט געװוּסט אַז דער זאָמען װעט נישט געהערן צו אים, איז, אַז ער איז געקומען צו זײַן ברודערס װײַב, האָט ער אױסגעבראַכט צו דער ערד, כּדי נישט צו געבן אַ זאָמען צו זײַן ברודער. 10איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳ װאָס ער האָט געטאָן, און ער האָט אים אױך געטײט.
11האָט יהוּדה געזאָגט צו זײַן שנור תָּמָרן: זיץ אַן אַלמנה אין דײַן פֿאָטערס הױז, ביז מײַן זון שֵלָה װעט אױפֿװאַקסן; װאָרום ער האָט געקלערט: טאָמער װעט ער אױך שטאַרבן אַזױ װי זײַנע ברידער. איז תָּמָר אַװעקגעגאַנגען, און איז געזעסן אין איר פֿאָטערס הױז.
12האָבן זיך געמערט די טעג, און שועַס טאָכטער, די װײַב פֿון יהוּדהן, איז געשטאָרבן. און אַז יהוּדה האָט זיך געהאַט געטרײסט, איז ער אַרױפֿגעגאַנגען צו די שערער#יְשַעְיָה 53‏.7 פֿון זײַנע שאָף קײן תִּמנָה, ער און זײַן גוטער פֿרײַנט חירָה פֿון עַדולָם.
13איז אָנגעזאָגט געװאָרן תָּמָרן, אַזױ צו זאָגן: זע, דײַן שװער גײט אַרױף קײן תִּמנָה, צו שערן זײַנע שאָף. 14האָט זי אױסגעטאָן אירע אַלמנה-קלײדער פֿון זיך, און האָט זיך פֿאַרדעקט מיט אַ שלײער, און זיך אײַנגעװיקלט, און זי האָט זיך געזעצט בײַם אײַנגאַנג פֿון עֵינַיִם, װאָס אױפֿן װעג קײן תִּמנָה; װאָרום זי האָט געזען אַז שֵלָה איז אױפֿגעװאַקסן, און זי איז נישט געגעבן געװאָרן צו אים פֿאַר אַ װײַב.
15און יהוּדה האָט זי געזען, און ער האָט זי גערעכנט פֿאַר אַ זוֹנה, װײַל זי האָט פֿאַרדעקט איר פּנים. 16האָט ער פֿאַרקערט צו איר בײַם װעג, און האָט געזאָגט: קום, איך בעט דיך, לאָמיך קומען צו דיר; װאָרום ער האָט נישט געװוּסט אַז זי איז זײַן שנור. האָט זי געזאָגט: װאָס װעסטו מיר געבן, אַז דו װעסט קומען צו מיר? 17האָט ער געזאָגט: איך װעל שיקן אַ ציגנבעקל פֿון די שאָף. האָט זי געזאָגט: סײַדן װעסט מיר געבן אַ משכּון ביז דו שיקסט. 18האָט ער געזאָגט: װאָס פֿאַר אַ משכּון זאָל איך דיר געבן? האָט זי געזאָגט: דײַן זיגלרינג, און דײַן שנור, און דײַן שטעקן װאָס אין דײַן האַנט. האָט ער עס איר געגעבן, און ער איז צו איר געקומען, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן פֿון אים. 19און זי איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעקגעגאַנגען, און זי האָט אױסגעטאָן פֿון זיך איר שלײער, און האָט אָנגעטאָן אירע אַלמנה-קלײדער.
20און יהוּדה האָט געשיקט דאָס ציגנבעקל דורך דער האַנט פֿון זײַן גוטן פֿרײַנט פֿון עַדולָם, כּדי אָפּצונעמען דעם משכּון פֿון דער פֿרױס האַנט; אָבער ער האָט זי נישט געפֿונען. 21האָט ער געפֿרעגט די מענטשן פֿון איר אָרט, אַזױ צו זאָגן: װוּ איז די זוֹנה װאָס איז געװען אין עֵינַיִם בײַם װעג? האָבן זײ געזאָגט: דאָ איז נישט געװען קײן זוֹנה {קְּדֵשָׁה}. 22האָט ער זיך אומגעקערט צו יהוּדהן, און האָט געזאָגט: איך האָב זי נישט געפֿונען. און אױך די מענטשן פֿון דעם אָרט האָבן געזאָגט: דאָ איז נישט געװען קײן זוֹנה. 23האָט יהוּדה געזאָגט: זאָל זי עס האַלטן פֿאַר זיך, כּדי מיר זאָלן נישט װערן צו שפּאָט; איך האָב דאָך געשיקט דאָס דאָזיקע ציקעלע, און דו האָסט זי נישט געפֿונען.
24און עס איז געװען אין אַרום דרײַ חדשים, איז אָנגעזאָגט געװאָרן יהוּדהן, אַזױ צו זאָגן: דײַן שנור תָּמָר האָט מזַנה געװען, און אָט איז זי אױך טראָגעדיק פֿון זנות. האָט יהוּדה געזאָגט: פֿירט זי אַרױס, און זאָל זי פֿאַרברענט װערן.
25װי זי איז אַרױסגעפֿירט געװאָרן, אַזױ האָט זי געשיקט זאָגן צו איר שװער: פֿון דעם מאַן װאָס די דאָזיקע געהערן צו אים, בין איך טראָגעדיק. און זי האָט געזאָגט: דערקען אַקאָרשט װעמעס איז דער דאָזיקער זיגלרינג, און די שנורן, און דער שטעקן? 26האָט יהוּדה דערקענט, און ער האָט געזאָגט: זי איז גערעכטער פֿון מיר, דערפֿאַר װײַל איך האָב זי נישט געגעבן צו מײַן זון שֵלָהן. אָבער ער האָט מער װידער נישט פֿאַרקערט מיט איר.
27און עס איז געװען אין דער צײַט פֿון איר געבערן, ערשט אַ צװילינג איז אין איר לײַב. 28און עס איז געװען, אַז זי האָט געבאָרן, האָט אײנער אַרױסגעשטעקט זײַן האַנט, און די הײבאַם האָט גענומען און האָט אָנגעבונדן אָן זײַן האַנט אַ רױטן פֿאָדעם, אַזױ צו זאָגן: דער דאָזיקער איז אַרױסגעקומען צוערשט. 29און עס איז געװען, װי ער ציט צוריק זײַן האַנט, ערשט זײַן ברודער איז אַרױסגעקומען; האָט זי געזאָגט: װאָס האָסטו זיך געריסן מיט אַזאַ רײַסעניש? און מע האָט גערופֿן זײַן נאָמען פֶּרֶץ.#רוּת 4‏.18 30און דערנאָך איז אַרױסגעקומען זײַן ברודער, װאָס אױף זײַן האַנט איז געװען דער רױטער פֿאָדעם; און מע האָט גערופֿן זײַן נאָמען זֶרַח.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in