YouVersion Logo
Search Icon

ברֵאשִית לט

לט
1און יוֹסף איז אַראָפּגענידערט געװאָרן קײן מִצרַיִם, און פּוֹטיפַֿר, אַ הױפֿדינער פֿון פַּרעהן, דער אײבערלײַבװעכטער, אַ מִצרישער מאַן, האָט אים אָפּגעקױפֿט פֿון דער האַנט פֿון די יִשמָעֵאלים װאָס האָבן אים אַהין אַראָפּגענידערט. 2און ה׳ איז געװען מיט יוֹספֿן, און ער איז געװען אַ באַגליקטער מענטש; און ער איז געװען אין הױז פֿון זײַן האַר דעם מִצרי. 3און זײַן האַר האָט געזען, אַז ה׳ איז מיט אים, און אַלץ װאָס ער טוט, באַגליקט#יְשַעְיָה 53‏.10 ה׳ אין זײַן האַנט; 4האָט יוֹסף געפֿונען חן אין זײַנע אױגן, און ער האָט אים באַדינט. און ער האָט אים אױפֿגעזעצט איבער זײַן הױז, און אַלץ װאָס ער האָט געהאַט, האָט ער איבערגעגעבן אין זײַן האַנט. 5און עס איז געװען, פֿון זינט ער האָט אים אױפֿגעזעצט איבער זײַן הױז, און איבער אַלץ װאָס ער האָט געהאַט, האָט ה׳ געבענטשט דעם מִצריס הױז פֿון יוֹספֿס װעגן, און אַ ברכה פֿון ה׳ איז געװען אױף אַלץ װאָס ער האָט געהאַט אין הױז און אין פֿעלד. 6האָט ער איבערגעלאָזן אַלץ װאָס ער האָט געהאַט אין יוֹספֿס האַנט, און ער האָט לעבן אים נישט געװוּסט פֿון קײן זאַך, אַחוץ דעם ברױט װאָס ער האָט געגעסן. און יוֹסף איז געװען שײן אױפֿן געשטאַלט, און שײן אױפֿן פּנים.
7און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, האָט זײַן האַרס װײַב אױפֿגעהױבן אירע אױגן אױף יוֹספֿן, און זי האָט געזאָגט: ליג מיט מיר. 8האָט ער נישט געװאָלט, און ער האָט געזאָגט צו זײַן האַרס װײַב: זע, מײַן האַר װײס נישט לעבן מיר װאָס אין הױז טוט זיך, און אַלץ װאָס ער האָט, האָט ער איבערגעגעבן אין מײַן האַנט. 9ער איז אין דעם דאָזיקן הױז נישט גרעסער פֿון מיר, און ער האָט נישט פֿאַרמיטן פֿון מיר קײן זאַך, נאָר בלױז דיך, װײַל דו ביסט זײַן װײַב. הײַנט װי קען איך טאָן דאָס דאָזיקע גרױסע בײז, און זינדיקן צו האלֹקים?
10און עס איז געװען, אַז זי האָט גערעדט צו יוֹספֿן טאָג פֿאַר טאָג, און ער האָט נישט צוגעהערט צו איר, צו ליגן מיט איר, צו זײַן מיט איר, 11איז, אײן טאָג װען ער איז אַרײַנגעקומען אין הױז צו טאָן זײַן אַרבעט, און קײן מענטש פֿון די הױזלײַט איז דאָרטן נישט געװען אין הױז, 12האָט זי אים אָנגעכאַפּט פֿאַר זײַן קלײד, אַזױ צו זאָגן: ליג מיט מיר. האָט ער איבערגעלאָזן זײַן קלײד אין איר האַנט, און איז אַנטלאָפֿן און אַרױס דרױסן. 13און עס איז געװען, װי זי האָט געזען, אַז ער האָט איבערגעלאָזן זײַן קלײד אין איר האַנט, און איז אַנטלאָפֿן דרױסן, 14אַזױ האָט זי גערופֿן צו אירע הױזלײַט, און האָט צו זײ געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: זעט, מע האָט אונדז געבראַכט אַ מאַן אַ עִבֿרי, צו מאַכן געשפּעט פֿון אונדז; ער איז געקומען צו מיר צו ליגן מיט מיר, און איך האָב גערופֿן אױף אַ הױכן קֹול. 15איז, װי ער האָט געהערט, אַז איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן קֹול און האָב גערופֿן, אַזױ האָט ער איבערגעלאָזן זײַן קלײד בײַ מיר, און איז אַנטלאָפֿן און אַרױס דרױסן.
16און זי האָט אַװעקגעלײגט זײַן קלײד בײַ זיך, ביז זײַן האַר איז געקומען אַהײם. 17און זי האָט גערעדט צו אים אַזױ װי די דאָזיקע װערטער, אַזױ צו זאָגן: דער קנעכט דער עִבֿרי װאָס דו האָסט אונדז געבראַכט, איז געקומען צו מיר צו מאַכן געשפּעט פֿון מיר. 18און עס איז געװען, װי איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן קֹול און האָב גערופֿן, אַזױ האָט ער איבערגעלאָזן זײַן קלײד בײַ מיר, און איז אַנטלאָפֿן דרױסן.
19און עס איז געװען, װי זײַן האַר האָט געהערט די װערטער פֿון זײַן װײַב, װאָס זי האָט צו אים גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אַזעלכע זאַכן האָט געטאָן צו מיר דײַן קנעכט, האָט זײַן צאָרן געגרימט. 20און יוֹספֿס האַר האָט אים גענומען, און האָט אים אַרײַנגעזעצט אין געפֿענקעניש, אין דעם אָרט װוּ דעם מלכס געפֿאַנגענע זײַנען אײַנגעשפּאַרט; און ער איז דאָרטן געװען אין געפֿענקעניש.
21און ה׳ איז געװען מיט יוֹספֿן, און ער האָט גענײַגט צו אים גענאָד, און אים געגעבן חן אין די אױגן פֿון דעם האַר פֿון געפֿענקעניש. 22און דער האַר פֿון געפֿענקעניש האָט איבערגעגעבן אױף דער האַנט פֿון יוֹספֿן אַלע געפֿאַנגענע װאָס אין געפֿענקעניש; און אַלץ װאָס מע האָט דאָרטן געטאָן, האָט ער אױפֿגעטאָן. 23דער האַר פֿון געפֿענקעניש האָט נישט נאָכגעקוקט קײן שום זאַך אונטער זײַן האַנט, װײַל ה׳ איז געװען מיט אים, און װאָס ער האָט געטאָן, האָט ה׳ באַגליקט {צלח}#יְשַעְיָה 53‏.10.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in