YouVersion Logo
Search Icon

ברֵאשִית מ

מ
1און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, האָט דער טראַנקמײַסטער פֿון דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און דער בעקער, זיך פֿאַרזינדיקט אַקעגן זײער האַר, דעם מלך פֿון מִצרַיִם. 2און פַּרעה האָט געצערנט אױף זײַנע צװײ הױפֿדינער, אױף דעם אײבערטראַנקמײַסטער און אױף דעם אײבערבעקער. 3און ער האָט זײ אַרײַנגעזעצט אין דער װאַך פֿון דעם אײבערלײַבװעכטערס הױז, אין געפֿענקעניש, אין דעם אָרט װאָס יוֹסף איז דאָרטן געװען אײַנגעשפּאַרט. 4און דער אײבערלײַבװעכטער האָט געשטעלט יוֹספֿן לעבן זײ, און ער האָט זײ באַדינט; און זײ זײַנען געװען אַ צײַט אין װאַך.
5האָט זיך בײדן געחלומט אַ חלום אין אײן נאַכט, איטלעכן זײַן חלום, איטלעכן לױט דעם פּיתרון פֿון זײַן חלום – דעם טראַנקמײַסטער און דעם בעקער פֿון דעם מלך פֿון מִצרַיִם, װאָס זײַנען געװען אײַנגעשפּאַרט אין געפֿענקעניש. 6און יוֹסף איז געקומען צו זײ אין דער פֿרי, און האָט זײ אָנגעקוקט, ערשט זײ זײַנען צעטראָגן. 7האָט ער געפֿרעגט די הױפֿדינער פֿון פַּרעהן װאָס מיט אים אין דער װאַך פֿון זײַן האַרס הױז, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס זײַנען אײַערע פּנימער הײַנט פֿאַרערגערט? 8האָבן זײ צו אים געזאָגט: אונדז האָט זיך געחלומט אַ חלום, און נישטאָ װער זאָל אים פּוֹתר זײַן. האָט יוֹסף צו זײ געזאָגט: פּיתרוֹנים זײַנען דאָך פֿון אלֹקים; דערצײלט מיר, איך בעט אײַך.
9האָט דער אײבערטראַנקמײַסטער דערצײלט זײַן חלום צו יוֹספֿן, און ער האָט צו אים געזאָגט: מיר חלומט זיך, ערשט פֿאַר מיר איז אַ װײַנשטאָק, 10און אױפֿן װײַנשטאָק דרײַ צװײַגן; און װי ער בליט, איז אױפֿגעגאַנגען זײַן בליעכץ, האָבן זײַנע הענגלעך געצײַטיקט װײַנטרױבן. 11און פַּרעהס בעכער איז געװען אין מײַן האַנט; האָב איך גענומען די װײַנטרױבן, און האָב זײ אױסגעקװעטשט אין פַּרעהס בעכער, און דערלאַנגט דעם בעכער אין פַּרעהס האַנט.
12האָט יוֹסף צו אים געזאָגט: דאָס איז דער פּיתרון דערפֿון: די דרײַ צװײַגן דאָס זײַנען דרײַ טעג. 13אין דרײַ טעג אַרום װעט פַּרעה אױפֿנעמען דײַן קאָפּ, און װעט דיך אומקערן אױף דײַן שטאַנד, און װעסט דערלאַנגען פַּרעהס בעכער אין זײַן האַנט, לױטן פֿריערדיקן שטײגער, װען דו ביסט געװען זײַן טראַנקמײַסטער. 14אָבער זאָלסט מיך געדענקען בײַ זיך, אַז דיר װעט גוט זײַן, און זאָלסט טאָן, איך בעט דיך, אַ חֶסֶד מיט מיר, און מיך דערמאָנען פֿאַר פַּרעהן, און מיך אַרױסציען פֿון דעם דאָזיקן הױז. 15װאָרום געגנבֿעט בין איך געגנבֿעט געװאָרן פֿון לאַנד פֿון די עִבֿרים; און דאָ אױך האָב איך קײן זאַך נישט געטאָן, װאָס מע האָט מיך אַרײַנגעזעצט אין תּפֿיסה.
16האָט דער אײבערבעקער געזען אַז ער האָט צום גוטן פּוֹתר געװען, און ער האָט געזאָגט צו יוֹספֿן: מיר אױך האָט זיך געחלומט, ערשט דרײַ געפֿלאָכטענע קערב מיט װײַס ברויט זײַנען אױף מײַן קאָפּ; 17און אין דעם אױבערשטן קאָרב איז פֿון אַלערלײ עסנװאַרג פֿאַר פַּרעהן, געבעקזאַכן, און די פֿױגלען עסן זײ פֿון דעם קאָרב איבער מײַן קאָפּ.
18האָט יוֹסף געענטפֿערט און האָט געזאָגט: דאָס איז דער פּיתרון דערפֿון: די דרײַ קערב דאָס זײַנען דרײַ טעג. 19אין דרײַ טעג אַרום װעט פַּרעה אַראָפּנעמען דײַן קאָפּ פֿון דיר, און װעט דיך אױפֿהענגען אױף אַ בױם, און די פֿױגלען װעלן עסן דײַן פֿלײש פֿון דיר.
20און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג,#40‏.20 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד. זען יוֹם שלישי הביכורים התּחית המתים. אבֿרהם באקומט יִצחָק צוריק לעבעדיק. יעקבֿ מאַכט אַ זיכער אַנטלױפֿן פֿון לבן. שמעון און לוי נוקם די זינד קעגן זײער שװעסטער. יוספֿס חלום, אײנער שטאַרבט; מען לעבט. יוֹסף באַפֿרײַען זײנע ברידער פֿון טורמע אין מִצרַיִם. פּלאָגן פֿינצטערניש אין מִצרַיִם איז אױפֿגעהױבן אױף דריטן טאָג. ה׳ באַגעגנט מיט זײַן מענטשן אױף סינַי. קָרבָּן געענדיקט אױף דריט טאָג. אַהרנס שטעקן ספּראַוץ קנאָספּ, בלאַסאַמז און אַלמאַנדז. טײל פֿון דעם פּראָצעס פֿאַר רײניקונג. ג-טס מענטשן פֿאַרמאָגן די לאַנד. די ספּיעס אַנטלױפֿן פֿון שונאים אין יריחוֹ. די טריטי מיט די גבעאָניטעס באשטעטיקט. יִשׂרָאֵל רײניקן זינד אין זײַן צװישן. אױף דעם דריטן טאָג, רוּת באַגעגנט איר גואל. דָוִד אַרױסדרײען שְׁאֹולס טױט פּלאַן. דָוִד מציל די לעבן פֿון די עמלקי קנעכט. הילף פֿון דין פֿון פּלאָג. פֿאַרלענגערונג פֿון לעבן פֿאַר חִזקִיָהו. שלעכט נײַעס פֿאַר די װאָס דינען אַ בײז מלך. דער בַית המקדש איז געװען פֿאַרטיק. אֶסתֵּר, די אַדװאָקאַט פֿון יִשׂרָאֵל, איז באַקומען דורך דעם מלך. בכלל פֿארשטאַנען װי צײַט פֿאַר מחילה. אַנטלױפֿן פֿון טױט און לעבן פֿאַר יונה הנבֿיא. ברֵאשִית 1‏.13; 22‏.4; 31‏.22; 34‏.25; 40‏.20‏; 42‏.18 וַיִּקְרָא 7‏.17‏; 19‏.6‏-7‏; 23‏.10‏-11 במִדְבר 7‏.24‏; 19‏.12‏; 19‏.19 יְהוֹשועַ 9‏.17 הוֹשֵעַ 6‏.2 שְמוֹת 19‏.11‏-16 שוֹפֿטִים 20‏.30 עֶזְרָא 6‏.15 יוֹנָה 2‏.1 שְמוּאֵל א 20‏.12‏; 30‏.1 שְמוּאֵל ב 1‏.2מְלָכִים א 3‏.18‏; 12‏.12 מְלָכִים ב 20‏.5דִבֿרֵי הַיָמִים ב 12‏.10 אֶסתֵּר 5‏.1. אין פַּרעהס געבורטסטאָג, האָט ער געמאַכט אַ מאָלצײַט פֿאַר אַלע זײַנע קנעכט, און האָט אױפֿגענומען דעם קאָפּ פֿון דעם אײבערטראַנקמײַסטער, און דעם קאָפּ פֿון דעם אײבערבעקער, צװישן זײַנע קנעכט. 21און ער האָט אומגעקערט דעם אײבערטראַנקמײַסטער צו זײַן טראַנקמײַסטערשאַפֿט; און ער האָט דערלאַנגט דעם בעכער אין פַּרעהס האַנט. 22און דעם אײבערבעקער האָט ער אױפֿגעהאַנגען, אַזױ װי יוֹסף האָט זײ פּוֹתר געװען. 23אָבער דער אײבערטראַנקמײַסטער האָט נישט געדאַכט אָן יוֹספֿן, און האָט אים פֿאַרגעסן.

Currently Selected:

ברֵאשִית מ: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in