ברֵאשִית יח
יח
וַיֵרָא
1און ה׳ האָט זיך באַװיזן צו אים, בײַ די אײכנבײמער פֿון מַמרֵא, װען ער איז געזעסן אין אײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט, אין דער היץ פֿון טאָג. 2און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן און האָט דערזען, ערשט דרײַ מענער שטײען פֿאַר אים; און װי ער האָט זײ דערזען, אַזױ איז ער זײ געלאָפֿן אַנטקעגן פֿון דעם אײַנגאַנג פֿון געצעלט, און האָט זיך געבוקט צו דער ערד. 3און ער האָט געזאָגט: אֲדֹנָי, אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, זאָלסטו, איך בעט דיך, נישט אַװעקגײן פֿון דײַן קנעכט. 4לאָז געבראַכט װערן אַ ביסל װאַסער, און װאַשט אײַערע פֿיס, און לענט אײַך אָן אונטערן בױם. 5און איך װעל ברענגען אַ שטיקל ברױט, און איר װעט אונטערלענען אײַער האַרץ, דערנאָך װעט איר גײן װײַטער; אַזױ װי איר זײַט שױן אַריבערגעקומען צו אײַער קנעכט. האָבן זײ געזאָגט: טו אַזױ װי דו האָסט גערעדט. 6האָט אבֿרהם געאײַלט אין געצעלט צו שׂרהן, און האָט געזאָגט: אײַל זיך! דרײַ סְאָה זעמלמעל, פֿאַרקנעט און מאַך קוכנס. 7און צו די רינדער איז אבֿרהם געלאָפֿן, און האָט גענומען אַ יונג רינד, װײך און פֿעט, און געגעבן צום יונג; און ער האָט עס צוגעריכט אױף גיך. 8און ער האָט גענומען שמאַנט און מילך, און דאָס יונגע רינד װאָס ער האָט צוגעריכט, און האָט אַװעקגעשטעלט פֿאַר זײ; און ער איז געשטאַנען פֿאַר זײ אונטערן בױם, און זײ האָבן געגעסן. 9האָבן זײ צו אים געזאָגט: װוּ איז שׂרה דײַן װײַב? האָט ער געזאָגט: אָן אין געצעלט. 10האָט ער געזאָגט: אומקערן װעל איך זיך אומקערן אַזױ װי איצט איבער אַ יאָר, און זע, שׂרה דײַן װײַב װעט האָבן אַ זון. און שׂרה האָט זיך אײַנגעהערט אין אײַנגאַנג פֿון געצעלט װאָס הינטער אים. – 11און אבֿרהם און שׂרה זײַנען געװען באַטאָגטע זקנים; בײַ שׂרהן האָט אױפֿגעהערט צו זײַן דער שטײגער װי בײַ װײַבער. – 12און שׂרה האָט געלאַכט אין זיך אַזױ צו זאָגן: נאָכדעם װי איך בין אַלט געװאָרן, זאָל איך נאָך האָבן תּענוג? דערצו איז מײַן האַר אַלט. 13האָט ה׳ געזאָגט צו אבֿרהמען: פֿאַר װאָס האָט שׂרה געלאַכט, אַזױ צו זאָגן: צי קען איך אין דער אמתן געבערן, אַז איך בין אַלט? 14איז דען אַ זאַך פֿאַרמיטן פֿון ה׳? צו דער באַשטימטער צײַט װעל איך װידערקערן צו דיר, אַזױ װי איצט איבער אַ יאָר, און שׂרה װעט האָבן אַ זון. 15האָט שׂרה געלײקנט, אַזױ צו זאָגן: איך האָב נישט געלאַכט; װאָרעם זי האָט מורא געהאַט; און ער האָט געזאָגט: נײן, האָסט יאָ געלאַכט.
16און די מענער זײַנען אױפֿגעשטאַנען פֿון דאָרטן, און האָבן אַראָפּגעקוקט אױף סדוֹם. און אבֿרהם איז געגאַנגען מיט זײ, זײ צו באַלײטן. 17און ה׳ האָט געזאָגט: זאָל איך פֿאַרדעקן פֿון אבֿרהמען װאָס איך װיל טאָן? 18און אבֿרהם װעט דאָך װערן אַ גרױס און מאַכטיק פֿאָלק, און אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד װעלן זיך בענטשן מיט אים; 19װאָרעם איך האָב אים דערקענט, כּדי ער זאָל באַפֿעלן זײַנע קינדער, און זײַן הױז נאָך אים, אַז זײ זאָלן היטן דעם װעג פֿון ה׳, צו טאָן רעכט און גערעכטיקײט, כּדי ה׳ זאָל ברענגען אױף אבֿרהמען װאָס ער האָט גערעדט װעגן אים. 20און ה׳ האָט געזאָגט: דאָס געשרײ װעגן סדוֹם און עַמוֹרָה איז פֿאַר װאָר גרױס, און זײער זינד איז פֿאַר װאָר זײער שװער. 21לאָמיך אַקאָרשט אַראָפּנידערן און זען, אױב זײ האָבן אין גאַנצן געטאָן אַזױ װי דאָס געשרײ װאָס איז געקומען צו מיר; און אױב נישט, לאָמיך װיסן. 22און די מענער האָבן זיך פֿאַרקערט פֿון דאָרטן, און זײַנען געגאַנגען קײן סדוֹם; און אבֿרהם איז נאָך אַלץ געשטאַנען פֿאַר ה׳. 23און אבֿרהם האָט גענענט און האָט געזאָגט: נישט-שױן װעסטו אומברענגען דעם אומשולדיקן מיט דעם שולדיקן? 24טאָמער זײַנען דאָ פֿופֿציק אומשולדיקע אין דער שטאָט, נישט-שױן װעסטו זײ אומברענגען, און װעסט נישט פֿאַרגעבן דעם אָרט פֿון װעגן די פֿופֿציק אומשולדיקע װאָס אין איר? 25חלילה דיר צו טאָן אַזאַ זאַך, צו טײטן דעם אומשולדיקן מיט דעם שולדיקן, אַז דער אומשולדיקער זאָל זײַן אַזױ װי דער שולדיקער; חלילה דיר! זאָל דער ריכטער פֿון דער גאַנצער ערד נישט טאָן גערעכטיקײט? 26האָט ה׳ געזאָגט: אױב איך װעל געפֿינען אין סדוֹם פֿופֿציק אומשולדיקע אין דער שטאָט, װעל איך פֿאַרגעבן דעם גאַנצן אָרט פֿון זײערטװעגן. 27האָט זיך אָפּגערופֿן אבֿרהם און האָט געזאָגט: זע, איך בעט דיך, איך אונטערשטײ מיך צו רעדן צו אֲדֹנָי, הגם איך בין שטױב און אַש. 28טאָמער װעלן פֿעלן פֿון די פֿופֿציק אומשולדיקע פֿינף, װעסטו פֿון װעגן די פֿינף צעשטערן די גאַנצע שטאָט? האָט ער געזאָגט: איך װעל נישט צעשטערן, אױב איך װעל דאָרטן געפֿינען פֿינף און פֿערציק. 29און ער האָט װידער אַ מאָל צו אים גערעדט, און האָט געזאָגט: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען פֿערציק? האָט ער געזאָגט: איך װעל עס נישט טאָן פֿון װעגן די פֿערציק. 30האָט ער געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, אֲדֹנָי נישט פֿאַרדריסן, און איך װעל רעדן: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען דרײַסיק? האָט ער געזאָגט: איך װעל עס נישט טאָן, אױב איך װעל דאָרטן געפֿינען דרײַסיק. 31האָט ער געזאָגט: זע, איך בעט דיך, איך אונטערשטײ מיך צו רעדן צו אֲדֹנָי: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען צװאַנציק? האָט ער געזאָגט: איך װעל נישט צעשטערן פֿון װעגן די צװאַנציק. 32האָט ער געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, אֲדֹנָי נישט פֿאַרדריסן, און איך װעל רעדן נאָר דאָס מאָל: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען צען? האָט ער געזאָגט: איך װעל נישט צעשטערן פֿון װעגן די צען.
33און ה׳ איז אַװעקגעגאַנגען, װען ער האָט געענדיקט רעדן צו אבֿרהמען; און אבֿרהם האָט זיך אומגעקערט צו זײַן אָרט.
Currently Selected:
ברֵאשִית יח: OYTORAH
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Torah
© Artists for Israel International, 2024.