YouVersion Logo
Search Icon

יְהוֹשועַ ז

ז
1און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געפֿעלשט אַ פֿעלשונג אין דעם חרם, און עָכָן דער זון פֿון כַּרמי דעם זון פֿון זַבֿדי, דעם זון פֿון זֶרַחן, פֿון שבֿט יהוּדה, האָט גענומען פֿון דעם חרם, און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט געגרימט אױף די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
2און יְהוֹשועַ האָט געשיקט מענטשן פֿון יריחוֹ קײן עַי װאָס לעבן בֵית-אָוֶן, אין מזרח פֿון בֵית-אֵל, און ער האָט זײ אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: גײט אַרױף, און קוקט אױס דאָס לאַנד. זײַנען די מענטשן אַרױפֿגעגאַנגען, און האָבן אױסגעקוקט עַי. 3און זײ האָבן זיך אומגעקערט צו יְהוֹשועַן, און האָבן צו אים געזאָגט: זאָל נישט אַרױפֿגײן דאָס גאַנצע פֿאָלק; אַרום צװײ טױזנט מאַן, אָדער אַרום דרײַ טױזנט מאַן, זאָלן אַרױפֿגײן און שלאָגן עַי. דאַרפֿסט נישט מיען אַהין דאָס גאַנצע פֿאָלק, װאָרעם זײ זײַנען װינציק.
4זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אַהין פֿון פֿאָלק אַרום דרײַ טױזנט מאַן; אָבער זײ זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר די מענטשן פֿון עַי. 5און די מענטשן פֿון עַי האָבן פֿון זײ געשלאָגן אַרום זעקס און דרײַסיק מאַן, און זײ האָבן זײ נאָכגעיאָגט פֿון פֿאַרן טױער ביז שבֿרים, און האָבן זײ געשלאָגן בײַם אַראָפּגאַנג; און דאָס האַרץ פֿון פֿאָלק איז צעגאַנגען, און איז געװאָרן אַזױ װי װאַסער.
6האָט יְהוֹשועַ צעריסן זײַנע קלײדער, און איז געפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳ ביזן אָװנט, ער און די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל; און זײ האָבן אַרױפֿגעלײגט ערד אױף זײער קאָפּ. 7און יְהוֹשועַ האָט געזאָגט: װײ, ה׳ דו אֲדֹנָי, נאָך װאָס האָסטו גאָר אַריבערגעבראַכט דאָס דאָזיקע פֿאָלק איבערן יַרדן, אונדז צו געבן אין דער האַנט פֿון אֶמוֹרי, כּדי אונדז אונטערצוברענגען? הלװאַי װאָלטן מיר באַשטאַנען און געבליבן אױף יענער זײַט יַרדן! 8איך בעט דיך, אֲדֹנָי, װאָס קען איך זאָגן, נאָכדעם אַז יִשׂרָאֵל האָט געמוזט קערן דעם נאַקן פֿאַר זײַנע פֿײַנט?
9װאָרעם דער כּנַעֲני און אַלע באַװױנער פֿון לאַנד װעלן דערהערן, און װעלן אונדז אַרומרינגלען, און פֿאַרשנײַדן אונדזער נאָמען פֿון דער ערד; און װאָס װעסטו טאָן פֿאַר דײַן גרױסן נאָמען?
10האָט ה׳ געזאָגט צו יְהוֹשועַן: שטײ דיר אױף; נאָך װאָס דען פֿאַלסטו אױף דײַן פּנים? 11געזינדיקט האָט יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן אױך איבערגעטרעטן מײַן ברית װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן, און זײ האָבן אי גענומען פֿון חרם, אי געגנבֿעט, אי פֿאַרלײקנט, אי אַרײַנגעטאָן אין זײערע זאַכן. 12דערום קענען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל נישט באַשטײן פֿאַר זײערע פֿײַנט; דעם נאַקן קערן זײ פֿאַר זײערע פֿײַנט, װײַל זײ זײַנען געװאָרן צו חרם; איך װעל מער נישט זײַן מיט אײַך, אױב איר װעט נישט פֿאַרטיליקן דעם חרם פֿון צװישן אײַך.
13שטײ אױף, און הײליק דאָס פֿאָלק, און זאָלסט זאָגן: הײליקט אײַך אױף מאָרגן, װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: חרם איז צװישן דיר, יִשׂרָאֵל; װעסט נישט קענען באַשטײן פֿאַר דײַנע פֿײַנט, ביז איר װעט אָפּטאָן דעם חרם פֿון צװישן אײַך.
14דערום זאָלט איר גענענען אין דער פֿרי לױט אײַערע שבֿטים, און עס װעט זײַן, דער שבֿט װאָס ה׳ װעט אים פֿאַרנעמען, זאָל גענענען לױט די משפּחות, און די משפּחה װאָס ה׳ װעט זי פֿאַרנעמען, זאָל גענענען לױט די הײַזער, און דאָס הױז װאָס ה׳ װעט עס פֿאַרנעמען, זאָל גענענען לױט די מענער. 15און עס װעט זײַן, דער װאָס װעט פֿאַרנומען װערן מיטן חרם, זאָל פֿאַרברענט װערן אין פֿײַער, ער און אַלץ װאָס געהערט צו אים; װײַל ער האָט איבערגעטרעטן דעם ברית פֿון ה׳, און װײַל ער האָט געטאָן אַ נבֿלה אין יִשׂרָאֵל.
16האָט יְהוֹשועַ זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און געמאַכט גענענען יִשׂרָאֵל לױט זײַנע שבֿטים; איז פֿאַרנומען געװאָרן שבֿט יהוּדה.
17האָט ער געמאַכט גענענען די משפּחה פֿון יהוּדה, און ער האָט פֿאַרנומען די משפּחה פֿון די זַרחים. האָט ער געמאַכט גענענען די משפּחה פֿון די זַרחים לױט די מענער, און זַבֿדי איז פֿאַרנומען געװאָרן. 18האָט ער געמאַכט גענענען זײַן הױז לױט די מענער, און עָכָן דער זון פֿון כַּרמי דעם זון פֿון זַבֿדי, דעם זון פֿון זֶרַחן, פֿון שבֿט יהוּדה, איז פֿאַרנומען געװאָרן.
19האָט יְהוֹשועַ געזאָגט צו עָכָנען: מײַן זון, טו, איך בעט דיך, כּבֿוד צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, און זײַ זיך מוֹדה פֿאַר אים, און זאָג מיר: איך בעט דיך, װאָס דו האָסט געטאָן; זאָלסט נישט פֿאַרהױלן פֿון מיר.
20האָט עָכָן געענטפֿערט יְהוֹשועַן, און האָט געזאָגט: אמת, איך האָב געזינדיקט צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, און אַזױ און אַזױ האָב איך געטאָן. 21איך האָב געזען אין דעם רױב אַ גוטן מאַנטל פֿון שִנעָר, און צװײ הונדערט שֶקל זילבער, און אַ צונג גאָלד װאָס איר װאָג איז פֿופֿציק שֶקל; האָב איך זײ געגלוסט, און האָב זײ צוגענומען, און זע זײַנען זײ באַהאַלטן אין דער ערד אין מיטן פֿון מײַן געצעלט, און דאָס זילבער איז אונטער דעם.
22האָט יְהוֹשועַ געשיקט שלוחים, און זײ זײַנען אַװעקגעלאָפֿן צום געצעלט; ערשט עס איז באַהאַלטן אין זײַן געצעלט, און דאָס זילבער איז אונטער דעם. 23האָבן זײ זײ אַרױסגענומען פֿון מיטן געצעלט, און געבראַכט צו יְהוֹשועַן, און צו אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן זײ אַװעקגעלײגט פֿאַר ה׳. 24און יְהוֹשועַ און גאַנץ יִשׂרָאֵל מיט אים האָבן גענומען עָכָן דעם זון פֿון זֶרַחן, און דאָס זילבער, און דעם מאַנטל, און די צונג גאָלד, און זײַנע זין, און זײַנע טעכטער, און זײַנע אָקסן, און זײַנע אײזלען, און זײַנע שאָף, און זײַן געצעלט, און אַלץ װאָס האָט געהערט צו אים, און זײ האָבן זײ אַרױפֿגעבראַכט צום טאָל עָכוֹר. 25און יְהוֹשועַ האָט געזאָגט: װאָס האָסטו אונדז פֿאַראומגליקט? פֿאַראומגליקן זאָל דיך ה׳ הײַנטיקן טאָג. און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן אים פֿאַרשטײנט מיט שטײנער; און זײ האָבן זײ פֿאַרברענט אין פֿײַער, און זײ פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער. 26און זײ האָבן אױפֿגעשטעלט איבער אים אַ גרױסן הױפֿן שטײנער װאָס שטײט ביז אױף הײַנטיקן טאָג; און ה׳ האָט זיך אָפּגעקערט פֿון זײַן גרימצאָרן. דערום רופֿט מען יענעם אָרט דער טאָל עָכוֹר ביז אױף הײַנטיקן טאָג.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in