צוליב דעם האב איך מיך אליין נישט געהאלטן פאר ראוי צו קומען צו דיר. נאר זאג א ווארט, און מיין קנעכט וועט געזונט ווערן! ווארום אויך איך בין א מענטש, וואס איז געשטעלט אונטער מאכט, און האב אונטער מיר זעלנער, און איך זאג צו דעם דאזיקן: גיי! און ער גייט; און צו אן אנדערן: קום! און ער קומט; און צו דעם קנעכט מיינעם: טו דאס! און ער טוט עס. און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער זיך געוואונדערט איבער אים, און האט זיך אויסגעדרייט און געזאגט צו דעם המון מענטשן, וואס האט אים נאכגעפאלגט: איך זאג אייך, נישט אפילו אין ישראל האב איך געפונען אָט אזא אמונה!