1
לוקאס 15:8
דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
דאס אבער אויף דער גוטער ערד, זיי זענען עס, וואס האבן געהערט דאס ווארט, האבן עס באהאלטן אין א לויטער און גוט הארץ און ברענגען פרוכט מיט סבלנות.
Σύγκριση
Διαβάστε לוקאס 8:15
2
לוקאס 14:8
און דאס וואס איז געפאלן צווישן די דערנער, זיי זענען עס, וואס הערן; און אוועקגייענדיק ווערן זיי דערשטיקט פון די דאגות און עשירות און תענוגים פון דעם לעבן, און ברענגען נישט קיין פירות צו רייפקייט.
Διαβάστε לוקאס 8:14
3
לוקאס 13:8
און די אויף דעם פעלדזן, דאס זענען זיי, וואס ווען זיי הערן, נעמען זיי אָן דאס ווארט מיט פרייד, זיי האבן אבער נישט קיין ווארצל; די גלויבן (נאר) אויף א געוויסע צייט, און אין א צייט פון נסיון פאלן זיי אפ.
Διαβάστε לוקאס 8:13
4
לוקאס 25:8
און ער האט צו זיי געזאגט: וואו איז אייער אמונה? זיי אבער האבן זיך געפארכטן און געוואונדערט, און געזאגט איינער צום אנדערן: ווער איז ער דאך, ווייל סאי די ווינטן באפעלט ער סאי דאס וואסער, און זיי געהארכן אים?
Διαβάστε לוקאס 8:25
5
לוקאס 12:8
די ביים וועג זענען עס, וואס הערן, דערנאך קומט דער שׂטן און נעמט אוועק דאס ווארט פון זייער הארץ, כדי זיי זאלן נישט גלויבן און נישט געראטעוועט ווערן.
Διαβάστε לוקאס 8:12
6
לוקאס 17:8
ווארום עס איז נישט פאראן קיין פארבארגענע זאך, וואס וועט נישט אנטפלעקט ווערן; עס געפינט זיך אויך נישט קיין באהאלטענע זאך, וואס וועט נישט באקאנט געמאכט ווערן און קומען צו התגלות.
Διαβάστε לוקאס 8:17
7
לוקאס 47:8-48
און ווי די פרוי האט געזען, אז עס איז נישט געבליבן פארהוילן, איז זי ציטערנדיק געקומען און אנידערגעפאלן פאר אים און האט דערציילט פארן גאנצן פאלק, צוליב וועלכער סיבה זי האט אים אנגערירט, און וויאזוי זי איז פלוצלונג געהיילט געווארן. און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דער גלויבן דיינער האט דיר געהאלפן; גיי לשלום!
Διαβάστε לוקאס 8:47-48
8
לוקאס 24:8
און זיי זענען צוגעקומען, האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן; האר, האר, מיר זענען פארלוירן! ער אבער איז אויפגעשטאנען, האט אנגעשריגן דעם ווינט און די שטורמדיקע כוואליעס וואסער; און זיי האבן זיך געלייגט, און עס איז געווארן שטיל.
Διαβάστε לוקאס 8:24
Αρχική
Αγία Γραφή
Σχέδια
Βίντεο