יוחנן 11
11
קאפיטל עלף
1און עס איז איינער געלעגן קראנק, אלעזר פון בית‑היני, דאס דארף פון מרים און איר שוועסטער מרתא. 2און די מרים איז עס געווען, וואס האט געזאלבט דעם האר מיט טייער זאלב, און אים אפגעווישט זיינע פיס מיט אירע האר, וועמעס ברודער אלעזר איז געלעגן קראנק. 3די שוועסטער האבן דעריבער געשיקט צו אים, אזוי צו זאגן: האר, זע, ער וועמען דו האסט ליב, ליגט קראנק. 4און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: די דאזיקע קראנקייט איז נישט צום טויט, נאר צום כבוד פון ה׳, כדי דער זון פון דער אויבערשטער זאל פארהערלעכט ווערן דורך איר. 5און יהושע/ישוע האט ליב געהאט מרתאן און איר שוועסטער און אלעזרן. 6און ווען ער האט געהערט, אז ער ליגט קראנק, איז ער דעמאלט נאך פארבלייבן צוויי טעג אויף דעם ארט, וואו ער איז געווען. 7דערנאך האט ער ערשט געזאגט צו די תלמידים: לאמיר ווידער גיין קיין יהודה. 8זאגן די תלמידים צו אים: רבי, איצט האבן די יידן דיך געזוכט צו שטייניקן, און דו גייסט ווידער דארטן אהין? 9האט יהושע/ישוע געענטפערט: צי האט דען נישט דער טאג צוועלף שעה? ווער עס גייט ארום בייטאג, דער שטרויכלט נישט, ווייל ער זעט דאס ליכט פון דער דאזיקער וועלט. 10ווער אבער עס גייט ארום ביינאכט, דער שטרויכלט, ווייל דאס ליכט איז נישט אין אים. 11דאס האט ער גערעדט, און נאך דעם זאגט ער צו זיי: אלעזר, אונדזער פריינד איז אנטשלאפן געווארן; נאר איך גיי, כדי אים אויפצוועקן פון שלאף. 12די תלמידים האבן דעריבער געזאגט צו אים: אויב ער איז איינגעשלאפן, וועט ער גענעזן ווערן. 13יהושע/ישוע אבער האט גערעדט וועגן זיין טויט; און זיי האבן געמיינט, אז ער רעדט וועגן דעם רואיקן שלומער פון שלאף. 14דעריבער האט יהושע/ישוע דעמאלט צו זיי געזאגט גאנץ אפן: אלעזר איז געשטארבן. 15און איך פריי מיך צוליב אייך, אז איך בין דארטן נישט געווען, כדי איר זאלט גלויבן; נאר לאמיר גיין צו אים. 16דאן האט תומא, וואס מען האט אים גערופן דידומאס, געזאגט צו זיינע חברים תלמידים: לאמיר אויך גיין, כדי מיר זאלן שטארבן מיט אים.
17און אהין קומענדיק, האט יהושע/ישוע אים געפונען שוין ליגן זינט פיר טעג אין קבר. 18און בית‑היני איז געווען נאענט צו ירושלים, אן ערך פיפצן אקערפעלד ווייט; 19און א סך יידן זענען ארויסגעקומען צו מרתאן און מרים, כדי זיי מנחם-אבל צו זיין וועגן דעם ברודער זייערן. 20און ווי מרתא האט געהערט, אז יהושע/ישוע קומט, איז זי אים אנטקייגן געגאנגען; מרים אבער איז געבליבן זיצן אין הויז. 21און מרתא האט געזאגט צו יהושען/ישוען: האר, אויב דו וואלסט דא געווען, וואלט מיין ברודער נישט געשטארבן. 22און אפילו איצט ווייס איך, אז אלץ, וואס דו וועסט נאר בעטן ביי ה׳, וועט ה׳ דיר געבן. 23זאגט יהושע/ישוע צו איר: דיין ברודער וועט אויפשטיין. 24זאגט מרתא צו אים: איך ווייס, אז ער וועט אויפשטיין אין דער אויפשטייאונג אין דעם לעצטן טאג. 25האט יהושע/ישוע געזאגט צו איר: איך בין די אויפשטייאונג און דאס לעבן; ווער עס גלויבט אין מיר, אפילו ווען ער איז שוין געשטארבן, וועט ער לעבן, 26און יעדער איינער, וואס לעבט און גלויבט אין מיר, וועט אויף אייביק נישט שטארבן. צי גלויבסטו דאס דאזיקע? 27זאגט זי צו אים: יא, האר, איך גלויב, אז דו ביסט דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, וואס זאל קומען אין דער וועלט אריין. 28און האבנדיק דאס געזאגט, איז זי אוועקגעגאנגען, און האט גערופן איר שוועסטער שטילערהייט, און געזאגט צו איר: דער רבי איז דא און רופט דיך. 29און ווי יענע האט עס געהערט, איז זי גיך אויפגעשטאנען, און געקומען צו אים. 30און יהושע/ישוע איז נאך נישט אריינגעגאנגען אין דארף אריין, נאר איז נאך געווען אויף דעם ארט, וואו מרתא האט אים באגעגענט. 31און די יידן, וואס זענען מיט איר געווען אינם הויז, און האבן זי געטרייסט, זעענדיק, אז מרים האט זיך גיך אויפגעהויבן און איז ארויסגעגאנגען, האבן איר נאכגעפאלגט, מיינענדיק, אז זי גייט צום קבר, כדי דארט צו וויינען. 32און ווי מרים איז אהינגעקומען, וואו יהושע/ישוע איז געווען, און האט אים געזען, איז זי אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, און האט צו אים געזאגט: אויב דו וואלסט דא געווען, וואלט דער ברודער מיינער נישט געשטארבן. 33און ווי יהושע/ישוע האט זי געזען וויינען און די יידן, וואס זענען מיטגעקומען מיט איר, אויך וויינען, האט ער א זיפץ געטאן אין זיין גייסט, און זיך מצער געווען, 34און געזאגט: וואו האט איר אים געלייגט? זאגן זיי צו אים: האר, קום און זע. 35יהושע/ישוע האט פארגאסן א טרער. 36די יידן האבן דעריבער געזאגט: אָט זעט, ווי ער האט אים ליב געהאט! 37אייניקע אבער פון זיי האבן געזאגט: צי האט ער, וואס האט אויפגעעפנט די אויגן פון דעם בלינדן, דען נישט געקענט מאכן, אז אויך דער (אלעזר) זאל נישט שטארבן? 38און ווידער א זיפץ טוענדיק אין זיך אליין, קומט יהושע/ישוע צום קבר. און עס איז געווען א הייל, און א שטיין איז געלעגן אויף איר. 39זאגט יהושע/ישוע: נעמט אוועק דעם שטיין. זאגט מרתא, די שוועסטער פון דעם בר מינה, צו אים: האר, ער שטינקט שוין, ווארום ער ליגט שוין פיר טעג. 40זאגט יהושע/ישוע צו איר; צי האב איך דיר דען נישט געזאגט, אז אויב דו וועסט גלויבן, וועסטו זען דעם כבוד פון ה׳? 41און זיי האבן אוועקגענומען דעם שטיין. און יהושע/ישוע האט אויפגעהויבן די אויגן (צום הימל) ארויף און געזאגט: פאטער, איך דאנק דיר, אז דו האסט מיך דערהערט. 42און איך האב געוואוסט, אז דו הערסט מיך תמיד; נאר צוליב דעם המון, וואס שטייט ארום, האב איך עס געזאגט, כדי זיי זאלן גלויבן, אז דו האסט מיך געשיקט. 43און האבנדיק דאס געזאגט, האט ער א געשריי געטאן מיט א הויך קול: אלעזר, קום ארויס. 44און דאס מת איז ארויסגעקומען, און זיינע הענט און פיס זענען געווען ארומגעוויקלט מיט תכריכים; און זיין פנים איז געווען פארבונדן מיט א טיכל. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: בינדט אים אויף, און לאזט אים גיין.
45און א סך פון די יידן, וואס זענען געקומען צו מרים, זעענדיק וואס ער האט געטאן, האבן געגלויבט אין אים. 46אייניקע אבער פון זיי זענען אוועקגעגאנגען צו די פרושים, און האבן זיי דערציילט, וואס יהושע/ישוע האט געטאן.
47די הויפט כהנים און די פרושים האבן דעריבער צוזאמענגעברענגט דאס סנהדרין, און געזאגט: וואס זאלן מיר טאן? ווייל דער דאזיקער מענטש טוט א סך נסים! 48אויב מיר וועלן אים אזוי לאזן, וועלן אלע גלויבן אין אים, און די רוימער וועלן קומען און אוועקנעמען אונדזער לאנד און פאלק. 49נאר איינער פון זיי, קיפא, זייענדיק כהן גדול אין יענעם יאר, האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט גארנישט, 50און בארעכנט אפילו נישט, אז עס טויג פאר אייך, אז איין מענטש זאל שטארבן פארן פאלק, און דאס גאנצע פאלק זאל נישט פארלוירן גיין. 51דאס דאזיקע אבער האט ער פון זיך אליין נישט געזאגט, נאר ווייל ער איז געווען כהן גדול אין יענעם יאר, האט ער געזאגט נבואות, אז יהושע/ישוע וועט שטארבן פאר דעם פאלק (ישעיהו נג, ח.); 52און נישט בלויז פאר דעם פאלק אליין, נאר כדי אויך די צעשפרייטע קינדער פון ה׳ זאל ער איינזאמלען אינאיינעם. 53און פון יענעם טאג אָן האבן זיי זיך באראטן, אים צו טייטן.
54יהושע/ישוע איז דעריבער מער נישט ארומגעגאנגען עפנטלעך צווישן די יידן, נאר איז אוועק פון דארטן צו דער געגנט נאענט פון דער מדבר, אין א שטאט, וואס מען רופט זי עפרים, און איז דארט פארבלייבן מיט די תלמידים. 55און עס איז געווען נאענט פאר דעם יידישן פסח, און א סך זענען ארויפגעגאנגען קיין ירושלים פון דער געגנט אויף פסח, כדי זיך צו הייליקן. 56און האבן געזוכט יהושען/ישוען, און געזאגט איינער צום אנדערן שטייענדיק אין בית המקדש: וואס מיינט איר? אז ער קומט נישט אויף יום טוב? 57און די הויפט כהנים און די פרושים האבן ארויסגעגעבן א באפעל, אז ווען עמיצער ווייסט וואו ער שטייט איין, זאל ער עס צו וויסן געבן, כדי זיי זאלן אים כאפן.
Επιλέχθηκαν προς το παρόν:
יוחנן 11: OYBC
Επισημάνσεις
Κοινοποίηση
Αντιγραφή
Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.

: