יוחנן 12
12
קאפיטל צוועלף
1און זעקס טעג פאר פסח איז יהושע/ישוע געקומען קיין בית‑היני, וואו אלעזר איז געווען, וועמען יהושע/ישוע האט אויפגעוועקט פון די טויטע. 2מען האט דעריבער דארטן פאר אים געמאכט א סעודה, און מרתא האט באדינט; אלעזר אבער איז געווען איינער פון די, וואס זענען געזעסן מיט אים ביים טיש. 3און מרים האט גענומען א פונט לויטערן, קאסטבארן נרדזאלבאייל, און געזאלבט (דערמיט) די פיס פון יהושען/ישוען, און אפגעווישט זיינע פיס מיט אירע האר; און דאס הויז האט זיך אנגעפילט מיט דעם ריח פון דעם זאלבאייל. 4אבער יהודה איש‑קריות, איינער פון זיינע תלמידים, דער, וואס האט אים געזאלט פארראטן, האט געזאגט: 5פארוואס האט מען נישט פארקויפט דעם דאזיקן זאלבאייל פאר דריי הונדערט דינרים און געגעבן (דאס געלט) צו ארעמעלייט? 6און דאס דאזיקע האט ער געזאגט, נישט ווייל ער האט זיך געדאגהט וועגן די ארעמעלייט; נאר ווייל ער איז געווען א גנב, און געהאט די פושקע און פלעגט אונטערשלאגן, וואס מען האט אריינגעלייגט. 7יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט: לאז זי צופרידן, צום טאג פון מיין קבורה האט זי עס באהאלטן. 8ווארום די ארעמעלייט האט איר תמיד ביי זיך, מיך אבער האט איר נישט אלעמאל.
9און א גרויסער המון יידן האט זיך דערוואוסט, אז ער געפינט זיך דארטן; און זיי זענען געקומען נישט בלויז צוליב יהושען/ישוען, נאר אויך כדי צו זען אלעזרן, וועמען ער האט אויפגעוועקט פון די טויטע. 10די הויפט כהנים אבער האבן זיך באראטן, אפילו אלעזרן צו טייטן; 11ווייל א סך פון די יידן זענען צוליב אים אוועקגעגאנגען, און האבן געגלויבט אין יהושען/ישוען.
12צומארגנס האט דער המון עם, וואס איז געקומען אויף יום טוב, געהערט, אז יהושע/ישוע קומט קיין ירושלים, 13האבן זיי גענומען פאלמענצווייגן, און זענען ארויס אים אנטקעגנצוגיין, און האבן געשריגן:
הושענא,
ברוך הבא בשם ה׳, מלך ישראל!
(תהלים קיח, כה.)
(געבענטשט איז דער,
וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר ג‑ט,
דער מלך פון ישראל).
14און געפינענדיק א יונג אייזעלע, האט זיך יהושע/ישוע דערויף ארויפגעזעצט, ווי עס שטייט געשריבן:
15פארכט דיך נישט, דו טאכטער פון ציון,
זע, דיין מלך קומט,
רייטנדיק אויף א יונג אייזעלע.
(זכריה ט, ט.)
16דאס האבן זיינע תלמידים צום ערשט נישט פארשטאנען; נאר ווען יהושע/ישוע איז שוין געווען פארהערלעכט, האבן זיי זיך דעמאלט דערמאנט, אז עס איז געווען געשריבן וועגן אים, און אז דאס האט מען געטאן צו אים. 17און די מאסע מענטשן, וואס איז געווען מיט אים, ווען ער האט אלעזרן ארויסגערופן פונם קבר, און אים אויפגעוועקט פון די טויטע, האט עדות געזאגט וועגן אים. 18צוליב דעם טאקע איז דער עולם אים אנטקעגנגעגאנגען, ווייל זיי האבן געהערט, אז ער האט געטאן דאס דאזיקע נס. 19דעריבער האבן די פרושים געזאגט איינער צום אנדערן: איר זעט, אז איר פועלט גארנישט; זע, די גאנצע וועלט לויפט אים שוין נאך!
20און עס זענען געווען אייניקע גריכן צווישן די, וואס האבן עולה רגל געווען, כדי זיך צו בוקן דעם יום טוב; 21און זיי זענען צוגעקומען צו פיליפוסן, וואס האט געשטאמט פון בית‑צידה אין גליל, און האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: האר, מיר ווילן זען יהושען/ישוען. 22קומט פיליפוס און זאגט עס צו אנדריי; קומט אנדריי מיט פיליפוסן און זאגן עס צו יהושען/ישוען; 23יהושע/ישוע אבער האט זיי געענטפערט, אזוי צו זאגן: עס איז געקומען די שעה, אז דער בר אנש זאל פארהערלעכט ווערן. 24באמת, באמת זאג איך אייך: אויב דאס קערנדל ווייץ פאלט אין דער ערד אריין און שטארבט נישט, בלייבט עס אליין; אויב אבער עס שטארבט יא, ברענגט עס א סך פירות. 25דער, וואס האט ליב זיין נפש, פארלירט עס; און דער, וואס האט פיינט זיין נפש אין דער דאזיקער וועלט, וועט עס אפהיטן צום אייביקן לעבן. 26אויב עמיצער דינט מיך, זאל ער מיר נאכפאלגן; און וואו איך בין, דארט וועט אויך מיין דינער זיין; אויב עמיצער דינט מיך, וועט דער פאטער אים אפגעבן כבוד. 27איצט איז מיין נפש באאומרואיקט; און וואס זאל איך זאגן? פאטער, זיי מיך מציל פון דער דאזיקער שעה? אבער צוליב דעם בין איך דאך געקומען צו דער דאזיקער שעה. 28פאטער, פארהערלעך דיין נאמען! און עס איז געקומען א קול פון הימל: איך האב שוין פארהערלעכט און וועל ווידער פארהערלעכן. 29דער המון מענטשן, וואס איז געשטאנען און זיך צוגעהערט, האט געזאגט, עס האט געדונערט; אנדערע האבן געזאגט: א מלאך האט גערעדט צו אים. 30האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט; נישט צוליב מיר איז דאס דאזיקע קול געקומען, נאר צוליב אייך. 31איצט איז דאס משפט פון דער דאזיקער וועלט; איצט וועט דער שר פון דער דאזיקער וועלט ארויסגעווארפן ווערן אינדרויסן. 32און איך, ווען איך וועל אויפגעהויבן ווערן פון דער ערד, וועל ציען אלעמען צו מיר. 33דאס דאזיקע האט ער געזאגט, מרמז צו זיין, מיט וואס פאר א טויט ער גייט שטארבן. 34דער עולם האט דעריבער געענטפערט צו אים: מיר האבן געהערט פון דער תורה, אז דער משיח בלייבט אויף אייביק; און וויאזוי זשע זאגסטו: דער בר אנש מוז אויפגעהויבן ווערן? ווער איז דאס דער דאזיקער בר אנש? 35האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: נאך א קליינע וויילע איז דאס ליכט צווישן אייך. גייט זשע אינם ליכט בשעת איר האט עס, כדי די פינצטערניש זאל אייך נישט איבערפאלן; און דער, וואס גייט אין דער פינצטערניש, ווייסט נישט וואו ער גייט. 36בשעת איר האט דאס ליכט, גלויבט אינם ליכט, כדי איר זאלט ווערן קינדער פונם ליכט. דאס האט יהושע/ישוע גערעדט, און איז אוועקגעגאנגען, און האט זיך פארבארגן פון זיי. 37און הגם ער האט געטאן פאר זיי אזויפיל נסים, האבן זיי (אלץ) נישט געגלויבט אין אים; 38כדי דאס ווארט פון ישעיהו הנביא זאל מקוים ווערן, וואס ער האט געזאגט:
אָ האר, ווער האט געגלויבט אונדזער שמועה?
און אויף וועמען האט זיך אנטפלעקט
דער ארעם פון האר (ה׳)?
(ישעיהו נג, א.)
39דערפאר האבן זיי נישט געקענט גלויבן, ווייל ישעיהו האט ווידער געזאגט:
40און ער האט בלינד געמאכט זייערע אויגן,
הארט געמאכט זייער הארץ,
כדי זיי זאלן נישט זען מיט די אויגן,
און באנעמען מיטן הארץ,
און תשובה טאן,
און איך זאל זיי היילן.
(ישעיהו ו, ט, י.)
41דאס האט ישעיהו געזאגט, ווייל ער האט געזען זיין כבוד, און גערעדט וועגן אים. 42דאך האבן א סך אפילו פון די שרים געגלויבט אין אים, נאר צוליב די פרושים האבן זיי עס נישט מודה געווען, כדי זיי זאלן נישט געלייגט ווערן אין חרם אריין; 43ווארום זיי האבן ליבער געהאט דעם כבוד פון מענטשן, ווי דעם כבוד פון ה׳.
44און יהושע/ישוע האט אויסגערופן און געזאגט: דער, וואס גלויבט אין מיר, גלויבט נישט אין מיר, נאר אין דעם, וואס האט מיך געשיקט. 45און דער, וואס זעט מיך, זעט דעם, וואס האט מיך געשיקט. 46איך בין געקומען א ליכט אין דער וועלט אריין, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין מיר, זאל נישט בלייבן אין דער פינצטערניש. 47און אויב עמיצער הערט מיינע רייד, און היט זיי נישט, וועל איך אים נישט משפטן; ווארום איך בין נישט געקומען, כדי איך זאל משפטן די וועלט, נאר כדי איך זאל ראטעווען די וועלט. 48דער, וואס ווארפט מיך אפ און נעמט נישט אָן מיינע רייד, האט שוין זיין שופט; דאס ווארט, וואס איך האב גערעדט, דאס וועט אים משפטן אין דעם לעצטן טאג. 49ווייל איך האב פון מיר אליין נישט גערעדט; נאר ער, וואס האט מיך געשיקט, דער פאטער אליין, האט מיר געגעבן א געבאט, וואס איך זאל זאגן, און וואס איך זאל רעדן. 50און איך ווייס, אז זיין געבאט איז אייביק לעבן. דעריבער וואס איך רעד, רעד איך אזוי, ווי דער פאטער האט צו מיר גערעדט.
Επιλέχθηκαν προς το παρόν:
יוחנן 12: OYBC
Επισημάνσεις
Κοινοποίηση
Αντιγραφή
Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.

: