יוחנן 13
13
קאפיטל דרייצן
1און פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז זיין שעה איז געקומען, כדי ער זאל אוועקגיין פון דער דאזיקער וועלט צום פאטער, האבנדיק געליבט זיינע אייגענע, וואס זענען אין דער וועלט, האט ער זיי ליב געהאט ביז צום סוף. 2און בשעת דער סעודה אין אוונט, נאך דעם ווי דער שׂטן האט שוין געהאט געלייגט אין הארצן פון יהודה בן שמעון איש‑קריות, אז ער זאל אים פארראטן, 3(יהושע/ישוע) וויסנדיק, אז דער פאטער האט אים אלץ איבערגעבן אין די הענט אריין, און אז ער איז געקומען פון ה׳ און גייט צו ה׳, 4איז ער אויפגעשטאנען פונם טיש, און האט אוועקגעלייגט די מלבושים, און נעמענדיק א האנטוך, האט ער זיך ארומגעגארטלט. 5נאך דעם האט ער אריינגעגאסן וואסער אינם בעקן און אנגעהויבן צו וואשן די תלמידימס פיס און אפצואווישן מיטן האנטוך, מיט וועלכן ער איז געווען ארומגעגארטלט. 6אזוי קומט ער צו שמעון פעטרוסן. זאגט ער צו אים: האר, דו זאלסט מיר וואשן די פיס? 7האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: וואס איך טו, ווייסטו נישט אצונד, שפעטער אבער וועסטו זיך דערוויסן. 8זאגט פעטרוס צו אים: דו זאלסט מיר בשום אופן קיינמאל נישט וואשן מיינע פיס. האט יהושע/ישוע אים געענטפערט: אויב איך וואש דיך נישט, האסטו נישט קיין חלק מיט מיר. 9זאגט שמעון פעטרוס צו אים: האר, נישט בלויז מיינע פיס, נאר אפילו מיינע הענט און דעם קאפ! 10זאגט יהושע/ישוע צו אים: דער געוואשענער דארף נישט מער ווי אפצואוואשן די פיס, ווייל ער איז אינגאנצן ריין; און איר זענט ריין, אבער נישט אלע. 11ווארום ער האט געוואוסט, ווער עס וועט אים פארראטן; דערפאר האט ער געזאגט: נישט אלע זענט איר ריין.
12און ווען ער האט שוין געהאט געוואשן זייערע פיס, און גענומען זיינע מלבושים, און זיך ווידער אנידערגעזעצט, האט ער צו זיי געזאגט: צי ווייסט איר וואס איך האב געטאן צו אייך? 13איר רופט מיך רבי און האר, און ריכטיק זאגט איר, ווארום איך בין עס. 14דעריבער אויב איך, דער האר און רבי, האב אייך געוואשן אייערע פיס, זענט איר אויך מחייב צו וואשן איינער דעם אנדערן די פיס. 15ווארום איך האב אייך געגעבן א ביישפיל, כדי, ווי איך האב געטאן צו אייך, אזוי זאלט איר אויך טאן. 16באמת, באמת זאג איך אייך; א קנעכט איז נישט גרעסער ווי זיין האר, אויך איז א שליח נישט גרעסער ווי דער, וואס האט אים געשיקט. 17אויב איר ווייסט דאס, געבענטשט זענט איר, אויב איר טוט עס. 18נישט וועגן אייך אלע רעד איך; ווארום איך ווייס וועמען איך האב אויסדערוויילט; נאר כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן:
דער, וואס עסט מיין ברויט,
האט אויפגעהויבן זיין טריט (עקב) קעגן מיר.
(תהלים מא, י.)
19שוין איצט זאג איך עס אייך, איידער עס געשעט, כדי ווען עס וועט געשען, זאלט איר גלויבן, אז איך בין עס. 20באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס נעמט אויף דעם, וועמען איך שיק, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס נעמט מיך אויף, דער נעמט אויף אים, וואס האט מיך געשיקט.
21דאס זאגנדיק, האט יהושע/ישוע זיך באאומרואיקט אין זיין גייסט, און האט עדות געזאגט, און גערעדט: באמת, באמת זאג איך אייך: איינער פון אייך וועט מיך פארראטן. 22די תלמידים האבן דעריבער געקוקט איינער אויפן אנדערן, מסופק וועגן וועמען ער זאגט עס. 23און איינער פון זיינע תלמידים, וועמען יהושע/ישוע האט (באזונדערס) ליב געהאט, איז געווען אנגעלענט אויף ישועס ברוסט. 24האט שמעון פעטרוס געוואונקען צו דעם דאזיקן, און צו אים געזאגט: זאג ווער עס איז, וועגן וועמען ער רעדט. 25נייגנדיק זיך אזוי צו ישועס ברוסט, זאגט יענער צו אים: האר, ווער איז עס? 26יהושע/ישוע האט געענטפערט: יענער איז עס, פאר וועמען איך וועל איינטונקען דעם ביסן און אים געבן. און איינטונקענדיק דעם ביסן, נעמט ער און גיט אים צו יהודה בן שמעון איש‑קריות. 27און נאך דעם ביסן איז דער שׂטן דעמאלט אריין אין אים. יהושע/ישוע האט דעריבער צו אים געזאגט: וואס דו טוסט, טו גיך. 28און קיינער ארום דעם טיש האט נישט פארשטאנען, פארוואס ער האט דאס געזאגט צו אים. 29ווארום אייניקע האבן געמיינט, ווייל יהודה האט געהאט די פושקע, זאגט יהושע/ישוע צו אים: קויף איין, וואס מיר ברויכן אויף יום טוב; אדער אז ער זאל עפעס געבן צו די ארעמעלייט. 30און ווי ער האט געהאט גענומען דעם ביסן, איז ער גלייך ארויסגעגאנגען; און עס איז געווען נאכט.
31און ווען ער איז ארויסגעגאנגען, האט יהושע/ישוע געזאגט: איצט איז דער בר אנש פארהערלעכט, און ה׳ איז פארהערלעכט אין אים; 32און אויב ה׳ איז פארהערלעכט אין אים, וועט ה׳ אים פארהערלעכן אין זיך אליין, און באלד וועט ער אים פארהערלעכן. 33קינדער, נאך א קורצע צייט בין איך מיט אייך. איר וועט מיך זוכן, און ווי איך האב געזאגט צו די יידן: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען, אזוי זאג איך אויך אייך איצט. 34א נייע מצווה גיב איך אייך, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווי איך האב אייך ליב געהאט, אזוי זאלט איר אויך ליב האבן איינער דעם אנדערן. 35דורך דעם דאזיקן וועלן אלע דערקענען, אז איר זענט מיינע תלמידים, אויב איר וועט האבן ליבע איינער פאר דעם אנדערן.
36זאגט שמעון פעטרוס צו אים: האר, וואואהין גייסטו? האט יהושע/ישוע געענטפערט: וואואהין איך גיי, קענסטו מיר איצט נישט נאכפאלגן, שפעטער אבער וועסטו מיר נאכפאלגן. 37זאגט פעטרוס צו אים: האר, פארוואס קען איך דיר איצט נישט נאכפאלגן? מיין לעבן וועל איך אנידערלייגן פאר דיינעטוועגן. 38ענטפערט יהושע/ישוע: דיין לעבן וועסטו אנידערלייגן פאר מיינעטוועגן? באמת, באמת זאג איך דיר: איידער נאך דער האן וועט קרייען, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען!
Επιλέχθηκαν προς το παρόν:
יוחנן 13: OYBC
Επισημάνσεις
Κοινοποίηση
Αντιγραφή
Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.

: