יוחנן 16
16
קאפיטל זעכצן
1דאס האב איך צו אייך גערעדט, כדי איר זאלט נישט ניכשול ווערן. 2מען וועט אייך לייגן אין חרם אריין; יא, עס קומט אָן א שעה, אז יעדער איינער, וואס וועט אייך הרגענען, וועט מיינען, ער דינט ה׳ מיט דעם. 3און דאס וועלן זיי טאן, ווייל זיי האבן נישט געקענט דעם פאטער, און נישט מיך. 4און דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי ווען די שעה וועט קומען, זאלט איר זיך דערמאנען דערין, אז איך האב עס אייך געזאגט. אין אנהויב אבער האב איך עס אייך נישט געזאגט, ווייל איך בין געווען מיט אייך. 5און איצט גיי איך צו אים, וואס האט מיך געשיקט; און קיין איינער פון אייך פרעגט מיך נישט: וואואהין גייסטו? 6נאר ווייל איך האב דאס גערעדט צו אייך, האט עצבות אנגעפילט אייער הארץ. 7איך זאג אייך אבער דעם אמת: עס איז גוט פאר אייך, אז איך גיי אוועק; ווארום אויב איך זאל נישט אוועקגיין, וועט דער פרקליט בשום אופן נישט קומען צו אייך; און אויב איך גיי יא, וועל איך אים שיקן צו אייך. 8און ווען ער וועט קומען, וועט ער איבערצייגן די וועלט וועגן זינד און וועגן צדקות און וועגן משפט: 9וועגן זינד, ווייל זיי האבן נישט געגלויבט אין מיר; 10און וועגן צדקות, ווייל איך גיי צום פאטער, און איר וועט מיך מער נישט זען; 11און וועגן משפט, ווייל דער שר פון דער דאזיקער וועלט איז געמשפט געווארן. 12נאך א סך האב איך אייך צו זאגן, נאר איר קענט עס איצט נישט דערטראגן. 13דאך ווען ער וועט קומען, דער גייסט פון אמת, וועט ער אייך פירן אין דעם גאנצן אמת אריין; ווארום ער וועט נישט רעדן פון זיך אליין, נאר אלץ, וואס ער הערט, וועט ער רעדן; און ער וועט אייך אנזאגן דאס, וואס דארף ערשט קומען. 14ער וועט מיך פארהערלעכן, ווייל ער וועט באקומען פון דעם, וואס איז מיין און וועט עס אייך דערקלערן. 15אלץ, וואס דער פאטער האט, איז מיין; דערפאר האב איך געזאגט, אז ער נעמט פון דעם, וואס איז מיין, און וועט עס אייך אנזאגן. 16נאך א קליינע וויילע, און איר זעט מיך מער נישט; און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך יא זען. 17אייניקע פון זיינע תלמידים האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: וואס איז דאס דאזיקע, וואס ער זאגט אונדז: א קליינע וויילע, און איר זעט מיך נישט; און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך יא זען? און: ווייל איך גיי צו דעם פאטער? 18דעריבער האבן זיי געזאגט: וואס איז דאס דאזיקע, וואס ער זאגט: א קליינע וויילע? מיר פארשטייען נישט, וואס ער רעדט. 19יהושע/ישוע האט געמערקט, אז זיי ווילן אים פרעגן, און ער האט צו זיי געזאגט: איר פרעגט זיך נאך, איינער ביים אנדערן, וועגן דעם דאזיקן, וואס איך האב געזאגט: א קליינע וויילע, און איר זעט מיך נישט, און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך זען? 20באמת, באמת זאג איך אייך: איר וועט וויינען און קלאגן, אבער די וועלט וועט זיך פרייען; איר וועט זיין טרויעריק, נאר אייער טרויער וועט ווערן א שמחה. 21א פרוי, ווען זי גייט צו קינד, איז טרויעריק, ווייל איר שעה איז געקומען; ווען אבער זי האט געבוירן דאס קינד, געדענקט זי מער נישט די אנגסט, צוליב דער פרייד, אז א מענטש איז געבוירן געווארן אין דער וועלט אריין. 22אזוי האט איר אויך איצט צער; איך וועל אייך אבער ווידער זען, און אייער הארץ וועט זיך פרייען, און די שמחה אייערע וועט קיינער נישט אוועקנעמען פון אייך. 23און אין יענעם טאג וועט איר מיך גארנישט מער פרעגן. באמת, באמת זאג איך אייך: וואס איר וועט נאר בעטן דעם פאטער וועט ער אייך געבן אין מיין נאמען. 24ביז אצונד האט איר גארנישט געבעטן אין מיין נאמען; בעט, און איר וועט באקומען, כדי אייער פרייד זאל ווערן פול.
25די דאזיקע זאכן האב איך גערעדט צו אייך אין משלים; עס קומט אָן א שעה, ווען איך וועל מער נישט רעדן צו אייך אין משלים, נאר אייך אנזאגן אפן וועגן דעם פאטער. 26אין יענעם טאג וועט איר בעטן אין מיין נאמען; און איך זאג אייך נישט, אז איך וועל בעטן דעם פאטער פאר אייערטוועגן; 27ווארום דער פאטער אליין האט אייך ליב, ווייל איר האט מיך ליב, און גלויבט, אז איך בין ארויסגעקומען פון ה׳. 28איך בין ארויסגעקומען פון דעם פאטער, און בין געקומען אין דער וועלט אריין; ווידער פארלאז איך די וועלט, און גיי צו דעם פאטער. 29זאגן זיינע תלמידים: זע, איצט רעדסטו אפן, און זאגסט נישט קיין משל. 30איצט ווייסן מיר, אז דו ווייסט אלץ, און דארפסט נישט, אז עמיצער זאל דיך פרעגן; דורך דעם גלויבן מיר, אז דו ביסט ארויסגעקומען פון ה׳. 31האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: איצט גלויבט איר? 32זע, עס קומט א שעה, און איז שוין אנגעקומען, אז איר זאלט צעשפרייט ווערן, יעדער איינער צו די זייניקע, און מיך וועט איר איבערלאזן איינעם אליין; און איך בין (דאך) נישט איינער אליין, ווייל דער פאטער איז מיט מיר. 33דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.
Επιλέχθηκαν προς το παρόν:
יוחנן 16: OYBC
Επισημάνσεις
Κοινοποίηση
Αντιγραφή
Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.