לוקאס 14
14
קאפיטל פערצן
1און עס איז געשען, ווען ער איז א שבת אריינגעגאנגען אינם הויז פון איינעם פון די הויפט פרושים, כדי צו עסן ברויט, און זיי האבן געלויערט אויף אים. 2און זע, א מענטש, א וואסער געשווילעכץ, איז געווען פאר אים. 3און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו די חכמי התורה און פרושים, אזוי צו זאגן: צי מעג מען שבת היילן אדער נישט? 4זיי אבער האבן געשוויגן. און ער האט אים גענומען און געהיילט און האט אים אוועקגעשיקט. 5און האט צו זיי געזאגט: ווער פון אייך, וועמעס א זון אדער אן אקס איז אריינגעפאלן אין א ברונעם, און וועט ער דען אים נישט גלייך ארויסשלעפן אינם טאג פון שבת? 6און זיי האבן אים נישט געקענט ענטפערן דערויף.
7און ער האט געזאגט א משל צו די געסט, ווען ער האט באמערקט, ווי זיי האבן זיך אויסגעקליבן די ערטער אויבנאן; און האט געזאגט צו זיי: 8ווען דו ווערסט פון עמיצן פארבעטן אויף א חתונה, זעץ דיך נישט אנידער אויף דעם ערשטן ארט אויבנאן; טאמער וועט א חשובערער פון דיר זיין פארבעטן פון אים, 9און דער, וואס האט דיך און אים איינגעלאדן, וועט קומען און זאגן צו דיר: גיב אים דאס ארט! און דעמאלט וועסטו אנהויבן מיט חרפה צו פארנעמען דאס לעצטע ארט. 10נאר ווען דו ווערסט פארבעטן, גיי און זעץ דיך אויף דעם לעצטן ארט, כדי ווען דער, וואס האט דיך פארבעטן, וועט קומען, זאל ער זאגן צו דיר: פריינד רוק דיך ארויף העכער! דעמאלט וועסטו האבן כבוד פאר אלע, וואס זיצן ביים טיש מיט דיר. 11ווייל יעדער איינער, וואס דערהייבט זיך אליין, וועט דערנידעריקט ווערן, און ווער עס דערנידעריקט זיך אליין, דער וועט דערהייבט ווערן.
12ער האט אבער אויך געזאגט צו דעם, וואס האט אים פארבעטן: ווען דו מאכסט א מיטאג אדער אן אוונט מאלצייט, לאד נישט איין דיינע פריינד, נישט דיינע ברידער, נישט דיינע קרובים, נישט קיין רייכעס שכנים, טאמער וועלן זיי אויך דיך ווידער איינלאדן און עס וועט ווערן פאר דיר א פארגעלטונג. 13נאר ווען דו מאכסט א שמחה, לאד איין ארעמעלייט, קאליקעס, לאמע, בלינדע, 14און דו וועסט זיין געבענטשט; ווייל זיי האבן נישט וואס דיר צו פארגעלטן; ווארום עס וועט דיר פארגעלטן ווערן אין דער אויפשטיין תחית המתים פון די צדיקים.
15און הערנדיק דאס, האט איינער פון די מיטזיצנדיקע געזאגט צו אים: וואויל איז דעם, וואס עסט ברויט אין דעם קעניגרייך פון ה׳! 16ער אבער האט צו אים געזאגט: א געוויסער מענטש האט געמאכט א גרויסע סעודה, און פילע פארבעטן; 17און האט געשיקט זיין קנעכט אין דער שעה פון דער סעודה, צו זאגן צו די פארבעטענע: קומט, ווייל אלץ איז שוין גרייט! 18און אלע ווי איינער האבן אנגעהויבן זיך צו אנטשולדיקן. דער ערשטער האט צו אים געזאגט: איך האב געקויפט א פעלד און בין געצוואונגען, ארויסצוגיין עס צו באזען; איך בעט דיך, זיי מיר מוחל! 19און אן אנדערער האט געזאגט: איך האב געקויפט פינף יאך אקסן, און איך גיי זיי אויספרובירן; איך בעט דיך, זיי מיר מוחל! 20נאך אן אנדערער האט געזאגט: איך האב גענומען א ווייב, און צוליב דעם קען איך נישט קומען! 21און ווען דער קנעכט איז צוריקגעקומען, האט ער דאס דערציילט דעם האר זיינעם. דעמאלט איז דער בעל הבית צארנדיק געווארן, און האט געזאגט צו זיין קנעכט: גיי גיך ארויס אויף די גאסן און געסלעך פון דער שטאט, און ברענג אהער די ארעמעלייט און קאליקעס און בלינדע און לאמע! 22און דער קנעכט האט געזאגט: האר, עס איז געשען, ווי דו האסט באפוילן, און עס איז נאך דא ארט! 23און דער האר האט געזאגט צו דעם קנעכט: גיי ארויס אויף די וועגן און פלויטן און צווינג זיי אריינצוקומען, כדי מיין הויז זאל ווערן פול! 24ווארום איך זאג אייך, אז קיין איינער פון יענע מענער, וואס זענען פארבעטן געווארן, וועט נישט טועם זיין פון מיין סעודה.
25און עס זענען מיטגעגאנגען מיט אים גרויסע מאסן מענטשן, און ער האט זיך אויסגעדרייט, און צו זיי געזאגט: 26אויב עמיצער קומט צו מיר און האסט נישט זיין פאטער און מוטער און דאס ווייב און די קינדער און די ברידער און די שוועסטער, און דערצו אויך זיין אייגן לעבן, קען ער נישט זיין מיין תלמיד. 27ווער עס טראגט נישט זיין בוים און גייט מיר נאך, דער קען נישט זיין מיין תלמיד. 28ווארום ווער פון אייך, וועלנדיק בויען א טורם, וועט זיך נישט קודם כל אנידערזעצן און בארעכענען די קאסטן, צי ער האט צו פארענדיקן? 29כדי טאמער, ווען ער וועט האבן געלייגט דעם פונדאמענט און נישט קענענדיק פארענדיקן, וועלן אלע, וואס זען עס, אנהויבן צו שפאטן פון אים, 30אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש האט אנגעהויבן בויען, און נישט געקענט פארענדיקן! 31אדער וועלכער קעניג, וואס גייט ארויס מלחמה האלטן מיט אן אנדערן קעניג, זעצט זיך נישט קודם כל אנידער צו באראטן, צי עס איז מעגלעך, מיט צען טויזנט צו באגעגענען דעם, וואס קומט קעגן אים מיט צוואנציק טויזנט? 32אויב אבער נישט, שיקט ער שליחים צו אים בשעת יענער איז נאך ווייט, און בעט שלום. 33דעריבער אויך אזוי יעדער איינער פון אייך, וואס וועט זיך נישט שפאטן פון אלעם, וואס ער האט, קען נישט זיין מיין תלמיד. 34דאס זאלץ איז טאקע גוט; אויב אבער אויך דאס זאלץ זאל פארלוירן זיין טעם, מיט וואס וועט מען עס ווירצן? 35עס טויג מער נישט פאר דער ערד, נישט פאר דעם מיסט הויפן; מען ווארפט עס ארויס. ווער עס האט אויערן צו הערן, דער זאל הערן!
Επιλέχθηκαν προς το παρόν:
לוקאס 14: OYBC
Επισημάνσεις
Κοινοποίηση
Αντιγραφή
Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.