יְהוֹשועַ ב

ב
1און יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון האָט געשיקט פֿון שִטים צװײ מענטשן אױסקוקערס שטילערהײט, אַזױ צו זאָגן: גײט זעט דאָס לאַנד, און יריחוֹ. זײַנען זײ געגאַנגען, און זײַנען געקומען אין הױז פֿון אַ פֿרױ אַ זוֹנה װאָס איר נאָמען איז געװען רָחָבֿ, און האָבן זיך דאָרטן געלײגט. 2איז אָנגעזאָגט געװאָרן דעם מלך פֿון יריחוֹ, אַזױ צו זאָגן: זע, מענטשן זײַנען געקומען אַהער די נאַכט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אױסצופֿאָרשן דאָס לאַנד. 3האָט דער מלך פֿון יריחוֹ געשיקט צו רָחָבֿן, אַזױ צו זאָגן: גיב אַרױס די מענטשן װאָס זײַנען געקומען צו דיר, די װאָס זײַנען געקומען אין דײַן הױז, װאָרעם אױסצופֿאָרשן דאָס גאַנצע לאַנד זײַנען זײ געקומען. – 4און די פֿרױ האָט גענומען די צװײ מענטשן, און האָט זײ באַהאַלטן. – און זי האָט געזאָגט: יאָ, די מענטשן זײַנען געקומען צו מיר, אָבער איך האָב נישט געװוּסט פֿון װאַנען זײ זײַנען; 5און עס איז געװען, װי מע האָט געזאָלט פֿאַרשליסן דעם טױער, אַז עס איז געװאָרן פֿינצטער, אַזױ זײַנען די מענטשן אַרױסגעגאַנגען; איך װײס נישט װוּהין די מענטשן זײַנען געגאַנגען; יאָגט זײ נאָך אױף גיך, װאָרעם איר װעט זײ אָניאָגן.
6אָבער זי האָט זײ געהאַט אַרױפֿגעפֿירט אױפֿן דאַך, און זײ באַהאַלטן אין פֿלאַקסשטעקלעך װאָס זײַנען געװען אױסגעלײגט בײַ איר אױפֿן דאַך. 7און די מענטשן האָבן זײ נאָכגעיאָגט אױפֿן װעג פֿון יַרדן, צו די איבערפֿאָרן; און דעם טױער האָט מען פֿאַרשלאָסן נאָכדעם װי עס זײַנען אַרױסגעגאַנגען די װאָס האָבן זײ נאָכגעיאָגט.
8און אײדער זײ האָבן זיך געלײגט, איז זי אַרױפֿגעגאַנגען צו זײ אױפֿן דאַך, 9און זי האָט געזאָגט צו די מענטשן: איך װײס, אַז ה׳ האָט אײַך געגעבן דאָס לאַנד, און אַז אײַער אימה איז געפֿאַלן אױף אונדז, און אַז אַלע באַװױנער פֿון לאַנד זײַנען צעגאַנגען געװאָרן פֿאַר אײַך. 10װאָרעם מיר האָבן געהערט װי ה׳ האָט אױסגעטריקנט די װאַסערן פֿון ים-סוףֿ פֿון פֿאַר אײַך, בײַ אײַער אַרױסגײן פֿון מִצרַיִם, און װאָס איר האָט געטאָן צו די צװײ מלכים פֿון דעם אֶמוֹרי װאָס אױף יענער זײַט יַרדן, צו סיחונען און צו עוֹגן, װאָס איר האָט זײ פֿאַרװיסט. 11און װי מיר האָבן געהערט אַזױ איז צעגאַנגען אונדזער האַרץ, און אין קײנעם איז מער אַן אָטעם נישט געבליבן פֿון װעגן אײַך; װאָרעם ה׳ אלוקיכם ער איז ג-ט אין הימל אױבן, און אױף דער ערד אונטן. 12און אַצונד שװערט מיר, איך בעט אײַך, בײַ ה׳, װײַל איך האָב געטאָן חֶסֶד מיט אײַך, אַז איר אױך װעט טאָן חֶסֶד מיט מײַן פֿאָטערס הױז; און איר זאָלט מיר געבן אַן אמתן צײכן, 13אַז איר װעט לאָזן לעבן מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער, און מײַנע ברידער און מײַנע שװעסטער, און אַלע װאָס געהערן צו זײ, און איר װעט מציל זײַן אונדזערע נפֿשות פֿון טױט.
14האָבן די מענטשן צו איר געזאָגט: אונדזער נפֿש אַנשטאָט אײַך צום טױט, אױב איר װעט נישט אױסזאָגן די דאָזיקע זאַך אונדזערע! און עס װעט זײַן, אַז ה׳ װעט אונדז געבן דאָס לאַנד, װעלן מיר טאָן מיט דיר חֶסֶד און טרײַשאַפֿט.
15האָט זי זײ אַראָפּגעלאָזן מיט אַ שטריק דורכן פֿענצטער; װאָרעם איר הױז איז געװען אין דער װאַנט פֿון דער שטאָטטױער, און זי האָט געװױנט אין דעם מױער. 16און זי האָט צו זײ געזאָגט: גײט צום באַרג צו, כּדי די נאָכיאָגער זאָלן אײַך נישט אָנטרעפֿן; און איר זאָלט אײַך באַהאַלטן דאָרטן דרײַ טעג, ביז די נאָכיאָגער קערן זיך אום; און דערנאָך װעט איר גײן אױף אײַער װעג.
17האָבן די מענטשן צו איר געזאָגט: מיר װעלן זײַן רײן פֿון דײַן דאָזיקער שבֿועה װאָס דו האָסט אונדז באַשװאָרן. 18אָט װי מיר קומען אין לאַנד, זאָלסטו די שנור פֿון דעם דאָזיקן רױטן פֿאָדעם אָנבינדן אין דעם פֿענצטער װאָס דו האָסט אונדז אַראָפּגעלאָזן דורך אים, און דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, און דײַנע ברידער, און דאָס גאַנצע הױז פֿון דײַן פֿאָטער, זאָלסטו אײַנזאַמלען צו דיר אין הױז.
19און עס װעט זײַן, איטלעכער װאָס װעט אַרױסגײן פֿון די טירן פֿון דײַן הױז דערױסן, װעט זײַן בלוט זײַן אױף זײַן קאָפּ, און מיר װעלן זײַן רײן; אָבער איטלעכער װאָס װעט זײַן בײַ דיר אין הױז, װעט זײַן בלוט זײַן אױף אונדזער קאָפּ, אױב אַ האַנט װעט זײַן אױף אים.
20אױב אָבער דו װעסט אױסזאָגן די דאָזיקע זאַך אונדזערע, װעלן מיר זײַן רײן פֿון דײַן שבֿועה װאָס דו האָסט אונדז באַשװאָרן.
21האָט זי געזאָגט: װי אײַערע װערטער, אַזױ זאָל זײַן. און זי האָט זײ אַרױסבאַלײט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען. און זי האָט אָנגעבונדן די רױטע שנור אין פֿענצטער.
22און זײ זײַנען געגאַנגען, און זײַנען געקומען צום באַרג, און זײַנען דאָרטן געזעסן דרײַ טעג, ביז די נאָכיאָגערס האָבן זיך אומגעקערט. און די נאָכיאָגערס האָבן געזוכט אױפֿן גאַנצן װעג, און האָבן נישט געפֿונען.
23און די צװײ מענטשן האָבן זיך אומגעקערט, און האָבן אַראָפּגענידערט פֿון באַרג, און זײַנען אַריבערגעגאַנגען און געקומען צו יְהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, און האָבן אים דערצײלט אַלץ װאָס זײ האָט געטראָפֿן. 24און זײ האָבן געזאָגט צו יְהוֹשועַן: פֿאַר װאָר, ה׳ האָט געגעבן אין אונדזער האַנט דאָס גאַנצע לאַנד; און אױך זײַנען די באַװױנער פֿון לאַנד צעגאַנגען געװאָרן פֿאַר אונדז.

ទើបបានជ្រើសរើសហើយ៖

יְהוֹשועַ ב: OYNEVIIM

គំនូស​ចំណាំ

ចែក​រំលែក

ចម្លង

None

ចង់ឱ្យគំនូសពណ៌ដែលបានរក្សាទុករបស់អ្នក មាននៅលើគ្រប់ឧបករណ៍ទាំងអស់មែនទេ? ចុះឈ្មោះប្រើ ឬចុះឈ្មោះចូល